בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.
איך בענק זיך זייער נאך אייך, איך פרוביר צו באקומען יעצט א רשות אריין צו קומען; קען זיין אין די נאנטע טעג וועל איך זיין אין ארץ ישראל. איך וועל זיין אין צוויי פלעצער, אין יבניאל, און איך קום צו אייך אין ירושלים, איך וויל זיך באקענען מיט אייך פון דער נאנט.
איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל גרוסן מען הערט אויף די נייע בית המדרש אין ירושלים, אלע זאגן אז דאס איז א פריינטליכע פלאץ, מען נעמט אויף זייער שיין יעדן איינעם און אלע דיבורים איז נאר פון תורה, תפילה און גוטע ווערטער איינער פאר'ן צווייטן; דאס געבט מיר חיות ווייטער אנצוגיין, אז איך זע מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן.
פרובירט צו באווייזן וואס קיינער האט נאך נישט באוויזן, ביי אייך זאל מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט זאגן, ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן, פרובירט עס זאל מקוים ווערן ביי אייך, אלע זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.
עס איז נישט מעגליך אין די וועלט מען זאל זיך ליב האבן נאר ווען מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, כל זמן מען וויל נאך עפעס קען מען זיך נישט ליב האבן; דאס איז סיי אין בית המדרש און סיי מיט משפחה, מיט די ווייב און קינדער און סיי מיט זיך אליינס. ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, דעמאלט הייבט ער אן שפירן די זיסע געשמאקע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דער מענטש קען ליב האבן זיך אליינס, זיין ווייב, זיינע קינדער, משפחה און אלעמען.
די וואך האבן מיר אין די פרשה אן עצה וואס מען קען טון ווען עס גייט א מבול. דער אייבערשטער זאגט פאר נח: מאך זיך א תיבה, נעם אריין דיין משפחה - אזוי וועסטו געראטעוועט ווערן פונעם מבול. די תיבה גייט ארויף אויף תפילה, אז מען וויל ווערן געראטעוועט פון שלעכטע זאכן דארף מען זיך אריין טון אין תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר די משפחה, אזוי ווערט מען געראטעוועט.
איך בעט אייך זייער טייערע חברים, טייערע ברידער, שטארקט אייך אין תפילה והתבודדות; געוואוינט זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוט'ע שפראך וואס איר זענט געוואוינט צו רעדן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי איר רעדט צו א גוטע פריינט, גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר אים.
מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה דורך די הנהגה, מען באקומט אן אנדערע מח, מען באקומט אן אנדערע קוק אויפ'ן לעבן, אלעס טוישט זיך ווען מען נעמט זיך ארום מיט די תיבות התפילה, מען ווערט אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.
א פרייליכן שבת.