בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גרויסע ניסים צו צאלן די איינגעשטעלטע ביז פסח
מוסדות, פסח, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש


איך בעט דיר זייער זאלסט צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו פאר די מוסד; מיר דארפן יעצט גרויסע ניסים צו קענען דעקן די מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע פאר ביז פסח, מיר דארפן א פערטל מיליאן דאלער.


דער אייבערשטער האט געמאכט דעם ווינטער גאר גרויסע ניסים; אנהויב ווינטער האט מיר אויסגעזען אז איך וועל נישט קענען צאלן די מלמדים, עס איז מיר ממש טונקל געווארן, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, נאכדעם וואס די לעצטע פאר יאר האט די רעגירונג געהאלפן די מוסדות צוליב די קאראנע, עס איז געווען פארשידענע פראגראמען, אבער אנהויב די יאר האט מען אלעס אפגעשטעלט, און איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף מיר, און חסדי השם יתברך עס איז געווען ניסים, יעדע וואך צוויי האבן מיר באקומען גרויסע געלטער אין די פאסט דורך א נדבן, און אזוי האבן מיר געקענט אריבערגיין דעם ווינטער.


יעצט דארף איך דיין הילף, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן אזוי ווי אלע יארן וואס דו האסט מיר אלץ געהאלפן דעקן די מלמדים. איך וויל דו זאלסט רעדן מיט אלע אנשי שלומינו פערזענליך, זיי ווייזן אונזערע ביכער. איך האב נישט קיין סודות, איך וויל אלע זאלן זען די חשבונות, וויפיל עס קומט אריין פון שכר לימוד, וויפיל עס קומען פון די פראגראמען און וויפיל די וועכנטליכע געהאלט איז; זאלן אלע זען די הוצאות און די הכנסות, זאלן זיי זען אז "אין הקומץ משביע את הארי ואין הבור מתמלא מחוליתו" (ברכות ג:).


איך בעט דיך זייער, "אִם קָטֹן אַתָּה בְּעֵינֶיךָ רֹאשׁ שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל אָתָּה" (שמואל א טו, יז), האלט זיך נישט קליין, דו האסט די כוחות צו העלפן די מוסד, אנשי שלומינו געטרויען דיך, אלע ווייסן דיין גראדקייט, אז דו זאגסט אמת, און מען שפירט גוט ווען די צדקה גייט דורך דיר.


גיי אביסל התבודדות יעדן טאג, הויב נישט אן דיין טאג אן התבודדות. בעט דעם אייבערשטן פאר דיר און פאר דיינע דורות, אלע זאלן בלייבן ביים רבי'ן, ביי די אמונה, ביי די וועג פון די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.