בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ברוך דיין האמת, יעצט האב איך געהערט אז דיין טאטע איז נפטר געווארן, איך וויל דיך מנחם זיין פונדערווייטנס מיט די בריוו. איך ווינטש דיר: "המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט מער נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג", און אז דו ווילסט מאכן א נחת רוח פאר דיין טאטעס נשמה - זאלסטו זאגן קדיש.
בזה העולם האט מען נישט קיין אנונג ווי גרויס קדיש איז, ווי א נשמה איז זיך מחי' מיט א קדיש, ווי עס טראגט ארויף די נשמה העכער און העכער. הער א מעשה, א שרעק פון א מעשה וואס דער הייליגער צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד, דער ירושלים'ער רב זכותו יגן עלינו האט דערציילט.
אין די שטאט פרעשבורג האט געוואוינט א רייכע משפחה, די פרוי איז געקומען צו די הנהלת הישיבה זאגן אז זי וויל מאכן א געשעפט מיט די ישיבה, זי וועט געבן חודש'ליך גרויס געלט פאר די ישיבה בתנאי אז מען וועט אוועק שטעלן אין ישיבה איינער וואס זאל שטענדיג זאגן קדיש פאר די אלע נשמות וואס האבן נישט ווער עס זאגט פאר זיי א קדיש, און אזוי ווי מען האט דאס אפגערעדט האט די ישיבה אוועקגעשטעלט א בחור וואס פלעגט זאגן יעדן טאג קדיש לטובת די נשמות. ביז איין טאג איז איר מאן נפטר געווארן און וויבאלד ער האט געפירט די געשעפטן, האבן די געשעפטן אנגעהויבן גיין מטה מטה, עס איז נישט געווען ווער זאל זיך פארנעמען מיט די ענינים, ביז זי האט פארמאכט די געשעפטן, די פרוי האט נישט געהאט מער געלט, צו דעם אלעם האט זי געהאט צוויי טעכטער וואס האבן געדארפט שידוכים און עס איז נישט געווען קיין געלט. די פרוי האט געהאט א שטארקע אמונה, זי האט זיך נישט פארלוירן, זי איז אנגעגאנגען מיט איר לעבן אן קיין געלט, איין זאך האט איר זייער געבאדערט, אז זי האט נישט מער קיין געלט צו געבן פאר די ישיבה אנצוהאלטן איר גוטע מנהג לטובת די נשמות. זי איז אריבער צו די הנהלת הישיבה און געבעטן מיט איר גאנצע הארץ, זי האט געוויינט אז זי האט אלעס פארלוירן, זי האט נישט קיין פרוטה פאר זיך אליין, דאך בעט זי זייער מען זאל אנהאלטן די גוטע מנהג, מען זאל ווייטער זאגן קדיש לטובת די נשמות וואס האבן נישט קיין קדיש זאגער. די הנהלת הישיבה האט איר צוגעזאגט אז מען וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די מנהג פון זאגן קדיש פאר די נשמות, זי איז ארויס מיט גרויס פרייד, זי האט געזאגט צו זיך 'זיכער וועט דער אייבערשטער מיר העלפן איך וועל טרעפן שידוכים און האבן געלט פאר זייער נדן'.
אויפן וועג ארויס פון די ישיבה קומט איר אנטקעגן אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד און ער באגריסט איר, ער קומט נאנט צו איר און פרעגט איר: "וואס מאכט איר? וואס טוט איר?" זי האט אים געענטפערט: "איך פלאג זיך זייער, נישטא קיין געלט, מיינע צוויי טעכטער ווערן עלטער"; דער איד פרעגט איר: "וויפיל געלט דארפט איר האבן פאר אייערע צוויי טעכטער זיי צו קענען חתונה מאכן?" דער איד נעמט ארויס פון טאש א טשעק בוך און פרעגט די פרוי: "זאגט די סכום וויפיל איר דארפט"; די פרוי ענטפערט וויפיל געלט, און דער איד זאגט איר: "היות עס איז א גרויסע סכום וויל איך אויך נעמען צוויי בחורים פון ישיבה פאר עדים, מען זאל נישט קענען זאגן עס איז פאלש"; דער איד איז אריין אין ישיבה, גערופן צוויי בחורים, ער האט זיי געבעטן זיי זאלן גוט קוקן ווי ער חתמ'עט דעם באנק טשעק, אויך האט ער געבעטן פון די בחורים א שטיקל פאפיר, און אויף דעם נאכאמאל גע'חתמ'עט, און זיי געגעבן די שטיקל פאפיר זיי זאלן קענען געדענקען די חתימה, און ער האט געזאגט פאר די פרוי זי זאל גיין מארגן צו דעם און דעם באנק און ארויסנעמען די סכום געלט.
די גאנצע מעשה איז געווען זייער וואונדערליך פאר די פרוי, 'וואס האט דער איד מיך בכלל באגרוסט? און וואס האט ער מיר געגעבן אזא גרויסע סכום געלט?' די פרוי איז אויפגעשטאנען אינדערפרי און גלייך געגאנגען צום באנק, דער ממונה פון באנק האט געזען די טשעק מיט די חתימה איז ער אריינגעלאפן צום באנקיר און אים געוויזן די טשעק, דער באנקיר איז אראפגעפאלן פון בענקל און גע'חלש'ט, עס איז געווארן א מהפיכה, א טומל און א געשריי, מען האט ערשט איינגעשפארט די פרוי אין א שטוב מיט א שומר, און מען האט פרובירט צו דערמינטערן דעם באנקיר. נאך אפאר מינוט איז ער געקומען צו זיך, ער האט גערופן די פרוי און איר אויסגעפרעגט, זאגט מיר די מעשה פינקטליך ווי אזוי עס איז געווען, די פרוי האט דערציילט די גאנצע מעשה: "איך בין געגאנגען אין גאס, אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד האט מיך באגרוסט און מיך געפרעגט וואס איך מאך, און ווען איך האב אים דערציילט ווי איך מוטשע זיך מיט מיינע טעכטער האט ער מיר געגעבן דעם טשעק און געהייסן קומען דא", דער איד האט איר אויסגעפרעגט ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און מען האט גערופן די בחורים און אלע האבן אלעס דערציילט, ביז דער באנקיר הויבט אן דערציילן: "דער איד איז מיין טאטע, ער איז שוין אוועק פון די וועלט צען יאר צוריק, און די נאכט האב איך זיך גע'חלומ'ט ווי מיין טאטע קומט צו מיר און זאגט מיר 'זייט דו ביסט אוועק פון די אידישע וועג און דו האסט חתונה געהאט מיט א גוי'אישע פרוי, און דו האסט אויפגעהערט זאגן קדיש נאך מיר - האב איך מער נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל, מיין נשמה האט נישט קיין רו, ביז די פרוי האט געמאכט די זאך מיט די ישיבה אז זיי זאלן זאגן קדיש פאר אלע נשמות וואס האבן נישט קיינעם וואס זאגט קדיש נאך זיי, דאס האט מיר צוריק געברענגט מיין מנוחה און איך זאג דיר אז מארגן וועט די פרוי קומען אין באנק בעטן געלט, זאלסטו איר געבן די סכום געלט זי זאל קענען חתונה מאכן אירע צוויי טעכטער'".
דער באנקיר דערציילט: "זייט ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי האב איך דערציילט פאר מיין ווייב די חלום, זי האט מיך אויסגעלאכט, אבער יעצט זע איך אז די חלום איז אמת".
דער באנקיר האט תשובה געטון, זיין ווייב - די גוי'אישע פרוי - האט זיך מגייר געווען, און דער ירושלימ'ער רב האט אויסגעפירט: "איך בין געווען איינער פון די צוויי בחורים וואס האבן געזען די מעשה מיט די אויגן".
אויך פלעגט דער גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה דערציילן די מעשה. זאלסטו זאגן קדיש פאר דיין טאטע, דאס וועט אים מאכן א נחת רוח און אים ברענגען צו זיין רו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.