בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרויסקייט פון צוזאמנעמען די קינדער ביי שלש סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וואלט דיר באמת געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו אויף די גרויסע זכות וואס דו האסט מיט דעם וואס דו נעמסט צוזאם די קינדער יעדע וואך ביי שלש סעודות און דו זינגסט מיט זיי זמירות, אזוי אויך אויף די 'אבות ובנים' פראגראם וואס דו שטעלסט פאר יעדע מוצאי שבת פאר די קינדער אין ישיבה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


מיט דעם בין איך דיר מקנא; גלייב מיר, ווען איך דארף ווען נישט פארלערנען וכו' וואלט איך גענומען די קינדער און מיט זיי געזינגען, ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון מחנך זיין קינדער צו זיין ערליכע אידן, אבער יעצט אז מוהרא"ש האט מיר געהייסן פארלערנען דארף איך דאס טון; דעריבער שרייב איך דיר דאס אז דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיצן מיט די קינדער וואך נאך וואך און זיי מחנך זיין זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


עלטערן כאפן זיך נישט אז אפילו די קינדער זענען נאך קליין זעען זיי אלעס און פארשטייען אלעס; קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קומען אין שול צו שמועסן, ניטאמאל וואשט מען זיך אויף שלש סעודות ווערט ביי זיי ביליג די גאנצע זאך פון עסן דריי סעודות שבת, וואס דאס איז מעשה שטן אז מען זאל נישט עסן דריי סעודות שבת, ווייל ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת - זאגט דער הייליגער זוהר (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל, דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא. דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא, דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", קום און זע, ווער עס עסט דריי סעודות שבת ווייזט מיט דעם אז ער איז א קינד פונעם אייבערשטן און אז ער האט אמונה, "וּמַאן דְּפָגִים חַד סְעוּדָתָא מִנַּיְיהוּ, אַחְזֵי פְּגִימוּתָא לְעֵילָּא, וְאַחְזֵי גַּרְמֵיהּ דְּלָאו מִבְּנֵי מַלְכָּא עִלָּאָה הוּא, דְּלָאו מִבְּנֵי הֵיכָלָא דְּמַלְכָּא הוּא דְּלָאו מִזַּרְעָא קַדִּישָׁא דְּיִשְׂרָאֵל הוּא", און אויב מען עסט נישט דריי סעודות שבת ווייזט מען אז מען איז נישט קיין קינד פונעם אייבערשטן חס ושלום. נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הָאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה.


ווער עס וואשט זיך צו די דריי סעודות איז זייער חשוב עד כדי כך אז דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט (שבת קיח:): "יְהֵא חֶלְקִי מֵאוֹכְלֵי שָׁלֹשׁ סְעוּדוֹת בְּשַׁבָּת", איך וויל האבן א חלק אין גן עדן מיט די וואס עסן דריי סעודות שבת; דעריבער זעט מען אז ווען עס קומט צו עסן שלש סעודות פאלט ארויף אויפ'ן מענטש א כבידות, מען ווערט בעצלות און מען וואשט זיך נישט צו די סעודה. און אז קינדער קומען אין שול וואך נאך וואך און זעען ווי דער טאטע זיצט אין דער זייט און נעמט נישט קיין חלק מיט די אידן וואס זיצן אינאיינעם, זינגען און געזעגענען זיך פונעם שבת וועלן זיי אויך אזוי טון.


דערפאר דאנק איך דיר און איך איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט; זיי זיך מחי' און מחזק מיט די מצוה אז דאס איז אנגעקומען צו דיר און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


איך בעט דיר אויב דו קענסט צוזאמנעמען אפאר קינדער מיט בחורים און זיי אויסלערנען א פארשטעלונג אויף די מוצאי שבת שושן פורים סעודה; נעם א מעשה פון רבינ'ס מעשיות, דאס זאלט איר שיין אויסשפילן געפלאכטן און געבויעט אויף די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.