בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קומענדיגע וואך איז חמשה עשר באב, דער הייליגער מנחת אלעזר זאגט, (שער יששכר חודש אב, מאמר יום תבר מגל, אות ב), א טעם פארוואס מען הויבט אן ווינטשן "כתיבה וחתימה טובה" פון חמשה עשר באב, ווייל חמש"ה עש"ר בא"ב באטרעפט אזוי ווי כתיב"ה וחתימ"ה טוב"ה, עס הויבט זיך אן די הכנות צום הדין.
מיר גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "מָה אֹמַר לָכֶם" וואס זאל איך אייך זאגן, "אֵין דָּבָר גָּדוֹל מִזֶּה" נישטא קיין גרעסערע זאך פון דעם, "הַיְנוּ לִהְיוֹת אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה" פון זיין ביי אים ראש השנה; קוק נישט אויף די גרויסע הוצאות, דער רבי האט געזאגט: "איך זארג פאר די שפעזן פון די וועגן".
גרייט זיך אן מיט תפילה, מיט בענקען, מיט שמחה – צו קומען צום רבי'ן; הלואי וועסטו זיין אין אומאן מיט אונזער חבורה, עס איז גאר אנדערש ווען מען איז מיט חברים וואס אלעס דרייט זיך ארום דעם רבינ'ס עצות, אבער נישט דאס זאל זיין יעצט די אפהאלט, קום אויף אומאן אפילו דו וועסט זיין וואו דו וועסט זיין; אבי קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.