בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און גוטע מידות וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען ביי אלעמען; אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל, ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן מיט דעם וואס איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות.
דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
איך פריי זיך זייער אז איר זאגט יעדן טאג תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א גוטע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.