בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די ישיבה; עס איז זייער שיין צו זען ווי מענטשן זענען מכיר טובה, זיי העלפן די ישיבה - די פלאץ וואס העלפט זיי.
זייער אסאך זענען געהאלפן געווארן דורכ'ן רבי'ן, זייער אסאך נעמען זייער גאנצע חיות פון רבינ'ס ווערטער אין אלע הינזיכטן, אבער נישט אלע געדענקען צו העלפן מיט זייער צדקה די פלאץ וואס געבט זיי דעם רבי'ן, זיי זוכן זיך אלע סארטן צדקות, זיי פארגעסן אז די גרעסטע צדקה איז פארשפרייטן די ליכטיגע עצות פאר די גאנצע וועלט.
איך בעט דיר זייער, זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.
אויך מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג פרקים משניות; משניות וואשט אויס און רייניגט פון אלע שמוץ.
ועל כולם זאלסטו לערנען גמרא; א בלאט גמרא מוז מען לערנען אזוי ווי מען לייגט תפילין, מען קען זיך נישט פטר'ן מיט קיין תירוצים; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, נאר דאס וועט מיט קומען מיט אונז לנצח נצחים.