בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאנקען, איידלקייט, און רואיגקייט, ביים סדר נאכט
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויפיל דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען חתונה צו מאכן דיינע קינדער, ביים סדר נאכט זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים, און אויף די גרויסע נס אז דו ביסט ביים רבי'ן; דאס איז דאך די גרעסטע נס, דאס איז דאך עכט יציאת מצרים.


פסח ביינאכט ביים סדר זאלסטו זיך זייער פרייען אז דו ביסט זוכה צו קענען נאך א יאר מקיים זיין די מצוות פון דערציילן סיפור יציאת מצרים, זאגן די הגדה, עסן מצה ומרור און טרינקען די ד' כוסות. עס שטייט פון די הייליגע צדיקים, מען רופט די נאכט פון פסח 'ליל הסדר' ווייל: "ווי אזוי מען פירט זיך אויף די נאכט פון פסח - אזוי וועט מען זיך פירן א גאנץ יאר".


טייערער ברודער, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, מ:), פסח ביינאכט, ליל הסדר - קומט דער אייבערשטער כביכול אראפ מיט די גאנצע פמליא של מעלה זיך צוקוקן ווי אידישע קינדער רעכטן אפ דעם סדר נאכט; זע מען זאל זיין איידל און הייליג, דיינע טעכטער און שנירן זאלן זיין אנגעטון צניעות'דיג, ווייל נאר אז מען איז איידל, מען גייט אנגעטון איידל און מען פירט זיך איידל - איז דא השראת השכינה, און עס איז דא אלע ברכות.


אויך זאלסטו זיך אכטונג געבן פון כעס און מחלוקת, ווייל דוקא אין אזא הייליגע נאכט שטעלט מען א נסיון פארן מענטש מיט כעס וכו', ער זאל זיך אויפרעגן, און אזוי פארלירן די הייליגע צייט. ווייל יעדע מאל עס קומט א הייליגע טאג, שבת אדער יום טוב, און אידישע קינדער פירן זיך מיט אזא הייליגקייט ווערן די מלאכים פול מיט קנאה און זיי זוכן ווי זיי קענען אויפרעגן מען זאל ווערן בכעס און מען זאל זיך קריגן, על כן זאלסטו זיך זייער היטן פון ווערן אין כעס, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל מיך נישט אויפרעגן אויף מיין משפחה, איך זאל נישט שרייען אויף די קינדער, היט מיך פון קנאת המלאכים. הייליגער באשעפער, יעדעס מאל ווען עס קומט א יום טוב ווער איך אנגעצויגן און איך שפיר ווי די מרה שחורה איז זיך אויף מיר מתגבר, עס איז ביי מיר אויסגעלאשן די ליכט פון יום טוב און איך שפיר נישט קיין שום טעם אין יום טוב, אנא ראטעווע מיך פון כעס, ראטעווע מיך פון מחלוקת".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.