בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
עס טוט מיר זייער וויי אז מען טשעפעט דיך, מען איז דיך מבזה, און ווער איז דיך מבזה? אנשי שלומינו גאר, אין אונזערע ד' אמות; דאס טוט מיר זייער וויי, דאס טוט מיר וויי מער פון אלעס, איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו ריינע ד' אמות, צו האבן א פנת יקרת אן פיינטשאפט.
איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט נישט אפלאזן דעם רבי'ן, זאלסט נישט אוועק גיין פון היכל הקודש, און אז מען טשעפעט דיך, מען איז דיך מבזה – זאלסטו גיין התבודדות, און זאג פארן אייבערשטן אז דו טוסט תשובה, און אז די בזיון זאל זיין פאר דיר א כפרה, און די חלישות הדעת זאל זיין גערעכנט ווי א תענית, און זיי דן לכף זכות די אלע וואס טשעפען דיך און טוען דיך וויי, מן הסתם ווייסן זיי נישט אז זיי טוען דיך וויי, און אז זיי ווייסן יא – מיינען זיי אז זיי טוען א מצוה.
פארגעס נישט אז מיר זענען דא נאר פאר אפאר יאר, און עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון בזיונות און חלישות הדעת, ווי מען איז אפגעקומען אזויפיל פון דארפן ליידן עונשים קשים ומרים רחמנא לצלן.
איך בין דיך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו האסט געטון פאר אונזערע מוסדות און פאר אלעס וואס דו טוסט נאך יעצט.