בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דארף מען אנטון די מיידלעך ווייסע טייץ לכבוד שבת?
חינוך הילדים, מנהגים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין שטוב זאל נישט זיין געבויעט אויף שכנים און געשוויסטער, דיין שטוב זאלסטו בויען אויף דעת תורה, פרעג יעדע זאך דיין מורה דרך.


בנוגע אנטון די מיידלעך ווייסע טייץ לכבוד שבת; ביי א טייל משפחות גייען די קליינע מיידלעך אנגעטון שבת מיט ווייסע טייץ, ביי אנדערע איז דאס נישט איינגעפירט, אבער לאכן פון א משפחה וואס טוט אן ווייסע טייץ וכו' - דאס איז ליצנות, וואס ענדיגט זיך גאר ביטער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן ד): עַל יְדֵי לֵיצָנוּת בָּאִים יִסּוּרִים", דורך אפשפעטן פון ערליכע זאכן, אפשפעטן פון אידישע מנהגים - באקומט מען יסורים רחמנא לצלן.


אז דיינע שוועסטער לאכן דיך אויס אז דיין ווייב טוט אן ווייסע טייץ פאר דיינע טעכטער שבת - איז דאס פונקט ווי די משכילים וואס לאכן פון די וואס גייען אין די וועג פון די תורה, דיינע געשוויסטער זאלן גיין מיט זייער וועג און דו זאלסט נישט משנה זיין פון דיין וועג, און זיך גוט אויסלאכן פון די וואס לאכן פון אידישע זאכן.דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.