בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט דיינע שיעורים בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). זיי שטארק, קוק נישט אויף קיינעם, הער נישט קיינעם אויס, דו לערן - וועסטו זייער מצליח זיין.
בנוגע וואס עס שטערט דיר אז דיין טאטע לאכט פון דיר און ער מאכט חוזק פון די זאכן; ערשטנס פארוואס צינדסטו אן אין שטוב שיעורים און ניגונים פון מיר - ווען דו ווייסט אז אלע וועלן לאכן? ענדערש זאלסטו אויסהערן פאר זיך אליינס און נעמען חיזוק, אזוי וועט מען דיר נישט טשעפען און נישט חוזק מאכן.
אזוי אויך זאלסטו זיך נישט רייצן מיט קיינעם. קיינער דארף נישט וויסן אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט - אדער נישט; דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, משניות און גמרא. אז איינער וועט דיך פרעגן "פארשטייסט?" געב א קוק אויף אים מיט א שמייכל, און געב א שאקל מיט די קאפ האלבוועגס אויף יא האלבוועגס אויף ניין, יענער זאל נישט וויסן וואס גייט פאר - און שלום על ישראל. עס פעלט נישט אויס טענה'ן מיט אנדערע; דו גיי דיין וועג, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן א וועג ווי צו לערנען און ווי צו זיין נאנט צום אייבערשטן - וועסטו נישט האבן קיין חלישות הדעת פון קיינעם.
אז דו וועסט לערנען און דאווענען אויף דיין וועג, וועסטו זען אז ביים סוף וועלן אלע זאגן אויף דיר: "דאס איז אן עכטע ברסלב'ער חסיד"; דיינע עלטערן וועלן הנאה האבן פון דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.