בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#37 - וואוינען אין שטעטל איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן
שטעטל, קנאה, היכל הקודש, נסיונות, יענער, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טראכט עס גוט דורך, טו נישט קיין ווילדע זאכן; אין שטעטל קומען וואוינען - איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן; בפרט ווען מען קומט פון א צווייטע לאנד - דארף מען זיך גוט בארעכענען איידער מען טוט דאס.


טראכט נישט פאר איין רגע אז אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטעטל זענען בעסער ווי אנשי שלומינו פון לאנדאן. מענטשן מיינען, ביי יענעם איז די גראז גרינער, א רחמנות אויף מענטשן וואס מיינען אז ביי יענעם איז בעסער, ביי יענעם איז גרינער די גראז; עס איז נישט אמת, עס ווענדט זיך אלעס אינעם מענטש אליין; איז דער מענטש דבוק צום אייבערשטן - איז ער איבעראל פרייליך, וואו ער גייט, וואו ער שטייט - שפירט ער מיט זיך די ש"י עולמות, און אז נישט, איז וואו ער גייט און וואו ער שטייט - שאקלט זיך אונטער אים די ערד, אזוי ווי די קללה פון קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ".


ווען מען פרעגט מיך וואו איך וואוין, ענטפער איך: "איך וואוין אין מיין דירה, מיט מיין ווייב און קינדער", און אז מען וויל וויסן וואו מיין דירה געפונט זיך; מיין דירה געפונט זיך אין אמעריקע, אין ניו יארק, אין א געגענט וואס רופט זיך וויליאמסבורג, אבער וואוינען וואוין איך אין מיין שטוב, און מיט דעם רבינ'ס עצות מאך איך מיין שטוב פאר גן עדן.


דעריבער אז דו ווילסט זיך אוועק ציען פון לאנדאן, קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו וויסן אז אין שטעטל וואוינט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, און דער יצר הרע קומט אויך דארט און וויל אלעמען ארויסנעמען פון די אייגענע ד' אמות, מען דארף דארט אויך אסאך התחזקות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", די אלע וואס זענען מקנא אנדערע, גלוסטן און זוכן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אזויפיל מענטשן זענען דא וואס האבן קנאה, תאוה און כבוד, אדער איינע פון די זאכן, און זיי לעבן אויף די וועלט, וואס זאגט די משנה אז עס נעמט אוועק פון די וועלט? זאגט מוהרא"ש, פשט איז, יעדער מענטש האט זיך אן אייגענע וועלט, זיין שטוב, זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך א פרוי האט איר מאן מיט אירע קינדער, אבער ווי נאר מען הויבט אן קוקן אויף אנדערע - גייט מען ארויס פון די אייגענע וועלט, מען טראכט נישט פון דאס גוטס פון די אייגענע שטוב, פון די פלאץ וואו מען איז, פון די ווייב און קינדער, מען קוקט אויף אנדערע, דאס איז פשט: "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם".


מיין נישט איך וויל דיך נישט ביי אונז אין די קהילה, ביי מיר ביסטו און דיין משפחה זייער חשוב, איך זאג נאר זאלסט נישט מיינען קיין איין רגע אז מען קומט וואוינען אין ליבערטי דארף מען מער נישט קיין חיזוק, מען דארף אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#36 - אכטונג געבן אויף די קינדער אין די ערב פסח טעג
פחדים, חינוך הילדים, קברי צדיקים, מחלוקת, שלום, לימוד התורה, יענער, ראש ישיבה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היט זיך פון מחלוקת און פון פיינט האבן א צווייטן איד. מוהרא"ש זאגט, ווילאנג א מענטש האט אין זיך א פיינטשאפט צו א צווייטן איד - איז א סימן אז ער איז נאך גארנישט מקורב צום רבי'ן. נאך זאגט מוהרא"ש, ווען איינער פאלט אראפ רחמנא לצלן אין די איסור פון עסן נבילות וטריפות, אויב עסט ער א כזית חזיר איז ער עובר אויף די כזית - איין מאל א לאו, עסט ער נאך א כזית - איז ער עובר נאך איין לאו, אבער דער וואס האט פיינטשאפט אויף א צווייטן - איז ער עובר יעדע רגע נאכאמאל און נאכאמאל אויף די לאו פון "לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ" (ויקרא יט, יז).


געב זיך אכטונג אין די ערב פסח טעג - ווען מען איז פארנומען אריינצוברענגען דעם הייליגן יום טוב - פון כעס און מחלוקות; עס איז נישט אינטערעסאנט אלע הכנות אויב עס גייט צו מיט כעס און מחלוקות.


אויך זאלסטו אין די טעג אכטונג געבן אויף דיינע קינדער. נעם זיי אריין אין די הייליגע הכנות, נעם זיי צום מצה בעקעריי, נעם זיי מיט איינקויפן, רוף זיי ווען דו מאכסט דיין קאר וכו'; זיי זאלן זיין באשעפטיגט מיט גוטע זאכן און זיך נישט דרייען פריי אן קיין השגחה. קינדער וואקסן נישט פון זיך אליינס, וויפיל מען אינוועסטירט אין זיי און וויפיל מען בעט דעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו שיינע ערליכע דורות.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, הער אויף מיט דיינע דמיונות; קיינער קוקט נישט אויף דיר, קיינער טראכט נישט פון דיר; יעדער האט זיין פעקל צרות, א שאד צו דמיונ'ען פון דעם און יענעם. קום אין שול דאווענען די דריי תפילות און לערן דיינע שיעורים קבועים אין מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה. די וואך ענדיגן מיר מסכת נזיר בבלי, און מסכת דמאי פון ירושלמי; זיי דו אויך פון די וואס לערנען יעדן טאג. לערן אן פארשטיין, לערן פארן אייבערשטנ'ס וועגן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב פסח אין שטעטל, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פארן זונטאג נאך פסח פאר צוויי טעג קיין פוילן אויס'פועל'ן ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#35 - דאנק דעם אייבערשטן, וועסטו זען ניסים
תודה והודאה, רפואה, יענער, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט זיך נישט, איר וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף שיין וואקסן. איר זאלט נאר איין זאך טון, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, אייערע ליפן זאלן אלץ שעפשען דאנק ווערטער, ווי: "שכוח אייבערשטער", "איך ליב דיך אייבערשטער", "ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", "איך דאנק דיך אייבערשטער"; דאס איז די סוד פון ניסים.


קוקט נישט אויף אנדערע, שטעלט זיך נישט מעסטן מיט יונגערע געשוויסטער וואס זענען אייך שוין איבערגעוואקסן, קוקט נישט אויף קיינעם.


 

#34 - דאווען די דריי תפילות מיט מנין וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן
שמחה, בחור, אמונה, יענער, דאווענען, זעלבס זיכערקייט, דירה, ארץ ישראל, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין וועט זיך אלעס ביי דיר טוישן צום גוטן. קוק נישט אויף קיינעם, טראכט: 'איך קום צום אייבערשטן, איך דארף נישט קיינעם', אזוי וועט דיר זיין גרינגער.


בנוגע וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי אן אויסגעקלאפטער בחור דארט אין ארץ ישראל, דו ווילסט קומען קיין אמעריקע; קום נישט קיין אמעריקע, נישטא גארנישט אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל. דאס וואס דו שפירסט זיך ווי אן אויסגעקלאפטער, ווי אלע קוקן אויף דיר ווי א דורכפאל - דאס האט נישט מיט די פלאץ, דאס איז אין קאפ; אז דו וועסט דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב, און דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה - וועט דיר גאר ווייניג אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#33 - אז איינער ווינקט מיט די אויגן, מאכט מען זיך נישט וויסנדיג
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסר, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב דאס פאסירט נאכאמאל, אז דער משוגע'נער שמייכלט צו אייך, זאלט איר אים איגנארירן, מאכט זיך נישט וויסנדיג.


ווען איר גייט אין גאס און א פרעמדער מאן שמייכלט צו אייך - זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן. מען שרייט נאר אויב מען איז אין א סכנה, אבער אז איינער ווינקט מיט די אויגן - מאכט מען זיך נישט וויסנדיג, און אז איר זעט שוין פון דערווייטנס אז עפעס א נישט געזונטער מענטש קומט - זאלט איר אראפקוקן אויף דער ערד, וועט איר נישט האבן מיט קיינעם צו טון.


קוקט אריין אין צעטל קטן פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו, (אות ח), נישט איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טון און וואס צו מאכן; אזוי וועט איר נישט האבן צו טון מיט אייערע געשוויסטער, זיי נישט איינטיילן און זיי מוסר'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה"
חסידות ברסלב, התחדשות, בריוו, עצתו אמונה, יענער, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", עס איז דא דערין אזויפיל חיזוק און עצות ווי אזוי צו לעבן; א לעבן מיט שלום בית, א לעבן מיט א גוטע געזונטע חינוך, א לעבן מיט יראת שמים, אויך איז דא אסאך התחזקות. אלעס איז גענומען פון ספר הקדוש "אשר בנחל" פון אונזער רבי ומנהיג מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט גענומען דעם רבינ'ס תורות און דאס אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן.


איך רעד צו אינגעלייט מקורבים, אנשי שלומינו, און איך הער אז זיי קומען נישט אן צו לערנען די בריוו; אזא שאד, מען איז שוין מקורב און מען האלט זיך נישט פריש.


פארשטייט זיך אז מען קען ליינען די בריוו אויף צוויי וועגן, אדער צו ווערן א צדיק, אדער (דניאל יב, ב): "לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעא). די וואס ליינען די בריוו צו אויסגעפונען וואס טוט זיך ביי דעם, וואס טוט זיך ביי יענעם – די נעבעך איז ענדערש זיי זאלן דאס נישט ליינען, ענדערש זאלן זיי תשובה טון, אבער מען רעדט דאך פון דער וואס וויל זיין אן ערליכער איד, ער וויל חיזוק און התחדשות; איז זייער וויכטיג צו לערנען די בריוו, און אויך אשר בנחל.


אשרינו און פארט אשרינו.

#31 - פרישע מקורבים דארפן וויסן אז ברסלב איז נאר די ספרים
חברים, חסידות ברסלב, עצתו אמונה, יענער, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט אויף אנדערע און זייט אייך נישט מבלבל פון אנדערע, אזוי אויך כאפט נישט קיין התפעלות פון אנדערע; וועט איר נישט האבן קיין חלישות הדעת.


פרישע מקורבים - ווען מען ווערט מקורב - דארפן גוט וויסן אז ברסלב איז נאר די ספרים פון רבי'ן, און אז היכל הקודש איז די ספרים פון מוהרא"ש; נישט דער און נישט יענער - אזוי האט מען נישט קיין בלבולים, מען ווערט נישט צעמישט ווען דער פירט זיך נישט ווי מען דארף און ווען יענער רעדט נישט ווי מען דארף, מען ווייסט אז ביים רבי'ן קומען אלע סארט מענטשן, אזוי ווי ביים דאקטער קומען אלע סארט קראנקע.


ליינט די בריוו פון עצתו אמונה און זוכט ווי איר קענט זיך מחזק זיין און ווערן נענטער צום אייבערשטן, און זוכט זיך אויף גוטע חבר'טעס וואס וועלן אייך ברענגען נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן
חסידות ברסלב, מוסר, יענער, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מיטגעהאלטן די יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו אין היכל הקודש טברי', און אז אלע פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר, איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


בנוגע וכו'; דארפסט נישט האבן חלישות הדעת פון דעם וואס דו האסט געזען אינגעלייט שטייען אינדרויסן פון בית המדרש און רייכערן. עס זענען דא וואס זענען צוגעוואוינט צו רייכערן פון פריער, איידער זייער התקרבות וכו'.


דו בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן, און אויך בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט האבן צוטון מיט אנדערע, נאר זען דאס גוטס ביי אנדערע; אזוי וועסטו זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - אז איר טראכט אז יענער קוקט אייך אראפ, איז דאס אייער פראבלעם
אמונה, רפואה, תהלים, יענער, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס האט מיט אייך, עס איז אין אייער מח. אז איר טראכט אז יענער קוקט אויף אייך מיט צען קעפ העכער - איז דאס אייער פראבלעם; ענדערש טראכטס פונעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער איז נעבן אייך און ער איז העכער פון אונז אלע.


אפילו ווען איר רעדט מיט א צווייטן און יענער גרויסט זיך, יענער מאכט אייך שפירן ווי ער אדער זי איז מיט צען קעפ העכער - זאל אייך דאס אויך נישט שטערן. טראכטס: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, קיינער קען מיך נישט אראפקלאפן, קיינער קען מיך נישט אויפהייבן, קיינער קען מיך נישט אנרירן - נאר אז דער אייבערשטער באפעלט'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט די פינגער, "אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", נאר אויב מען רופט דאס אויס פון הימל.


זאגט תהילים. הלואי וואלט איר געזאגט דעם יום תהילים, און יעדע וואך מסיים זיין נאכאמאל תהילים. בעטס פאר אייך, בעטס פאר אייערע דורות, ובפרט יעצט ווען איר זענט אין די טעג פון ווארטן וכו' - דארפט איר זאגן תהילים, בעטן אז אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רפואה, שטעטל, בית המדרש, יענער, ספרי ברסלב, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


בשורה טובה פאר אנשי שלומינו, איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל, א פלאץ וואו מען קען מאכן עקסערסייז פאר די נשמה.


די פלאץ איז אין שול; מען קען קומען יעדן אינדערפרי לערנען און דאווענען, זיך אויפבויען די נשמה; מען זאל האבן א געזונטע נשמה, א שטארקע נשמה.


אויך ווערט די גוף אויפגעבויט און געזונט, עס ווערט זייער שטארק. אזוי זאגט די תורה (משלי א, ג): "כִּי לִוְיַת חֵן הֵם לְרֹאשֶׁךָ", אז מען לערנט תורה  - ווערט די קאפ געזונט און בא'חן'ט, "וַעֲנָקִים לְגַרְגְּרֹתֶךָ", אז מען לערנט תורה - ווערט די האלז געזונט און באצירט. נאך שטייט (שם ג, ח): "רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ", אז מען לערנט תורה ווערט די בויך אויסגעהיילט, "וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ", און אז מען לערנט תורה ווערן די מארך פון די ביינער געשטארקט (עירובין נד).


איך בעט דיר זייער, נישט וואס יעדער איינער טוט - דארפסטו נאכטון. ענדערש קום מאכן עקסערסייז אויף דיין נשמה, בוי אויף דיין נשמה. קום אין שול לערנען, מאך נאך די אינגעלייט וואס קומען אין שול, וואס זענען זיך קובע עתים לתורה. דער גוי האט נישט קיין תורה, האט נישט קיין מקוה און נישט קיין דאווענען - גייט ער אינדערפרי אויפבויען זיין קערפער, דער גוי האט נישט קיין עתיד, ביי אים איז דער גוף די גאנצע לעבן, לויפט ער אינדערפרי טון דאס. דו ביסט א איד, דו האסט א נשמה - קום אין שול, זיי זיך קובע עתים לתורה.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועט מען דיר נישט קענען פארנארן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס) דער וואס האט געטרינקען פון די אונגארישע וויין - אים קען מען נישט פארנארן.


גיי אביסל התבודדות, גיי שפאצירן הינטער דיין שטוב, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער, געב מיר אביסל שכל, איך זאל געדענקען וואס איז תכלית, וואס וועט בלייבן פון מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - דו גיי דיין וועג, עס פעלט נישט אויס צו טענה'ן מיט אנדערע
כיבוד אב ואם, הפצה, וויכוחים, סדר דרך הלימוד, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט דיינע שיעורים בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). זיי שטארק, קוק נישט אויף קיינעם, הער נישט קיינעם אויס, דו לערן - וועסטו זייער מצליח זיין.


בנוגע וואס עס שטערט דיר אז דיין טאטע לאכט פון דיר און ער מאכט חוזק פון די זאכן; ערשטנס פארוואס צינדסטו אן אין שטוב שיעורים און ניגונים פון מיר - ווען דו ווייסט אז אלע וועלן לאכן? ענדערש זאלסטו אויסהערן פאר זיך אליינס און נעמען חיזוק, אזוי וועט מען דיר נישט טשעפען און נישט חוזק מאכן.


אזוי אויך זאלסטו זיך נישט רייצן מיט קיינעם. קיינער דארף נישט וויסן אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט - אדער נישט; דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, משניות און גמרא. אז איינער וועט דיך פרעגן "פארשטייסט?" געב א קוק אויף אים מיט א שמייכל, און געב א שאקל מיט די קאפ האלבוועגס אויף יא האלבוועגס אויף ניין, יענער זאל נישט וויסן וואס גייט פאר - און שלום על ישראל. עס פעלט נישט אויס טענה'ן מיט אנדערע; דו גיי דיין וועג, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן א וועג ווי צו לערנען און ווי צו זיין נאנט צום אייבערשטן - וועסטו נישט האבן קיין חלישות הדעת פון קיינעם.


אז דו וועסט לערנען און דאווענען אויף דיין וועג, וועסטו זען אז ביים סוף וועלן אלע זאגן אויף דיר: "דאס איז אן עכטע ברסלב'ער חסיד"; דיינע עלטערן וועלן הנאה האבן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - א געשמאקע רואיגע שבת אין שטעטל
תפילה והתבודדות, רפואה, שטעטל, שבת קודש, חובות, יענער, ראש ישיבה, נקודות טובות, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת בין איך געווען אין שטעטל, איך בין זיך געפארן אפרוען; ברוך ה' איך שפיר זיך שוין בעסער. זיין א שבת אין שטעטל מיט אנשי שלומינו - היילט ממש אויס. עס איז געווען א שטילער שבת, עס איז נישט געווען קיין אנלויפעניש, איך האב נישט געזאגט פאראויס אז איך גיי דארט זיין, איך האב זיך געוואלט אביסל אפרוען.


איך וועל דיר אביסל שרייבן פונעם שיינעם שבת מיט אנשי שלומינו. פרייטאג נאכמיטאג גלייך ביים אנקומען בין איך געגאנגען קוקן די נייע צוויי געגענטער וואס מיר בויען יעצט פאר אנשי שלומינו. איין געגענט אויף טווין ברידזש; דארט וועט זיין איבער דרייסיג דירות מיט א שול און א מקוה, די דירות איז נישט צום פארקויפן, די דירות איז צו דינגען; די פרייזן וועלן זיין זיער ביליג, א דאלער א סקווער פיס, שיינע הערליכע ליכטיגע דירות, מיר האפן אז די דירות וועלן שוין זיין פארטיג אויף דעם קומענדיגן פסח, און אלע וואס ווילן דינגען א דירה אין די נייע געגענט זאלן זיך מעלדן ווי פריער ביי מיר.


אויך בין איך געגאנגען קוקן די צווייטע נייע געגענט אויף די גאס רעד קליף, דארט וועלן זיין פופצן הייזער. די הייזער זענען צו פארקויפן, ווער עס וויל קויפן א הויז זאל זיך מעלדן ווי פריער.


פרייטאג צו נאכטס בין איך געגאנגען דאווענען אינעם בית המדרש פעולת הצדיק. איך בין געפארן ביים זמן מיט א קאר; מיט א קאר נעמט צו פארן פון מיין שטוב צוויי מינוט, גיין צו פיס נעמט כמעט א שעה. עס איז געווען זייער געשמאק, א קליין מנין פון א מנין מתפללים, מיט אזא אחדות. איך האב זיך דערמאנט ווי אזוי עס האט אויסגעזען פאר צוואנציג יאר צוריק אין וויליאמסבורג אין היכל הקודש. פאר צוואנציג יאר צוריק ווען איך בין מקורב געווארן האט אזוי אויסגעזען אין וויליאמסבורג היכל הקודש, קוים א מנין פון צען, יעדע תפילה פלעגט מען ווארטן אויף א צענטער. פון איין זייט איז געווען אביסל שווער דאס ווארטן אויף מנין, אבער די ליבשאפט און אחדות, די תמימות און פשוט'קייט - דאס איז א זאך וואס איך קען נישט פארגעסן, פינקט אזוי האט זיך געשפירט דארט.


עס איז געווען א שיינע וועטער, איך האב צוריק געוואקט מיט מיינע קינדער און מיט נאך אפאר אינגעלייט, א וועג פון כמעט א שעה. עס האט זיך נישט געשפירט ווי א לאנגער וועג, ווייל אז מען גייט מיט אנשי שלומינו, מען רעדט פון רבי'ן, מען רעדט פון מעשיות פון תפילה - פארגעסט מען פון אלעם, מען שפירט ווי מען שפאצירט אין גן עדן.


פרייטאג צו נאכטס נאכן סעודה זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו, מען האט געזינגען זמירות און געשמועסט שיינע זאכן אויף די פרשת השבוע.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין בית המדרש אשר בנחל, א האלבע שעה אוועק פון מיין שטוב. איך האב זייער הנאה געהאט צו דאווענען דארט, עס איז זייער א שיינע געשמאקע שול, אלע זענען דארט פרייליך, האברך משולם פינטער האט געגעבן א נאמען פאר זיין נייע געבוירענע מיידל.


ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט פונעם תם (ספורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט באקומען פונעם בעל שם קמיעות און שמירות, האט ער זיך שוין מער נישט דערשראקן ווען דער טייוול האט געשיקט נאך אים; דאס זענען די ספרים פון רבי'ן וואס איז מחזק און מעודד, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מער נישט דערשראקן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


איינער פון די אינגעלייט האבן געוויזן א בריוו וואס ער האט באקומען צוויי יאר צוריק ווען ער איז אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה אין שטוב, זיין ווייב פלעגט פארשעמט ווערן אין גראסערי נאכן דארפן איבערלאזן דעם גאנצן וואגן מיט עסן ווען די קארטל האט נישט געארבעט, און די בריוו האט אים מחזק געווען, ער זאל נישט אויפגעבן און נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, די בריוו האט אים זיער געשטארקט, ביז ער איז שוין ארויס פון די נסיון.


מיר האבן גערעדט פון די קמיע וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, די קמיע איז נישט מער ווי מוהרא"ש'ס נאמען; אז דאס היט דעם מענטש. אז מען דערמאנט זיך פון מוהרא"ש דערמאנט מען זיך פון רבי'ן, דערמאנט מען זיך פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט טאג און נאכט נאר פון רבי'ן און פון אייבערשטן, דאס איז די קמיע וואס דער בעל שם האט געגעבן דעם תם, און דאס האט אים בארואיגט. און אז מיר וועלן זיך פירן בתמימות, מיר וועלן אריינקוקן אין די בריוו, אין די ספרים און קונטרסים - וועלן מיר נישט מורא האבן פון קיין שום זאך.


שבת נאכמיטאג בין איך געגאנגען מיט מיינע קינדער צום בית המדרש עצתו אמונה, א וועג פון א שעה. ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה (בראשית יב, א): "וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ" דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: 'גיי צו דיר, קוק אויף דיר, לעב מיט דיר; מאך נישט נאך א צווייטן, דין דעם אייבערשטן אויף דיין וועג'; דער אייבערשטער פארלאנגט נישט מען זאל נאכמאכן א צווייטן, נאר יעדער איינער זאל טון לויט זיין נקודה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זושא האט געזאגט: "אויבן וועט מען מיך נישט פארהאלטן פארוואס איך בין נישט געווען אזא צדיק אזוי ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן לויט מיר אליינס".


יעדער איד האט אין זיך א שיינע זאך וואס דער צווייטער האט נישט; יעדער האט א נקודה וואס איז נישטא אין קיינעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: 'לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא'", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; דער רבי ברענגט אראפ די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל - יעדע ערב שבת, ער פלעגט הערן א בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען נאר איין מאל א יאר דעם בת קול, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס דער פשוט'ער דאקטער באקומט יעדן טאג א בת קול און ער באקומט דאס נאר איינמאל א וואך, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן, ווייל יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם, און פאר דעם איז ער באשאפן געווארן.


היינט איז ביי אונז אין שטאט אביסל איבערגעדרייט, די שטאט איז צעטיילט אין צוויי, מען לויפט; דאס דערמאנט אונז ווי גליקליך מיר זענען, אנו רצים והם רצים, וואו לויפן מיר? מיר לויפן צום אייבערשטן; דאס איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען קען אנטלויפן, מען קען זיך באהאלטן; דורך גיין התבודדות, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט ופרט.


איך דארף באצאלן די וואך פאר איינעם א חוב, איך וויל וויסן אויב דו קענסט מיר בארגן עפעס געלט ביז פורים הבא עלינו לטובה; לאז מיר וויסן, וועסטו האבן א חלק אין בויען קהילת היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - קינדער איז א ברכה, קינדער געבט לעבן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, מדות טובות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער איז א ברכה, קינדער געבט לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים סד:): "כל אדם שאין לו בנים חשוב כמת", ווער עס האט נישט קיין קינדער - איז די לעבן קיין לעבן.


ווען א פרוי איז שוואך; שוואך פיזיש אדער שוואך גייסטיש, דעמאלט דארף מען זיך באראטן מיט א גרויסער ערליכער רב, ער זאל מדריך זיין ווי אזוי אויסצושטעלן די שטוב.


אז דער אייבערשטער האט אייך געבענטשט מיט כח - זאלט איר אים דאנקען און לויבן אויף די שיינע מתנות וואס ער האט אייך געשאנקען, און זיך איבערגעבן אין זיינע הענט.


טרייבט ארויס די שולד געפיל וכו'; און ווען איר באקומט נעגעטיווע קאמענטס פון אנדערע וכו', מען מאכט אייך שפירן כאילו איר זענט א פארברעכער פאר'ן האבן כך וכך קינדער אין כך וכך יאר - זאלט איר דאס נישט נעמען פערזענליך, איר זאלט ווייטער טון רצון ה', און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט פון לעבן.


אגב, דאנקען דעם אייבערשטן ארבעט בעסער פון אלע ווייטאמינען און פון אלע סגולות; דאנקען דעם אייבערשטן מאכט שטארקע נערווען.


א כתיבה וחתימה טובה.

#24 - ווער נישט צעפאלן ווען איינער זאגט דיר עפעס א קרום ווארט
שמחה, מדות טובות, עצבות, יענער, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


...


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק, און פארקערט חס ושלום, ווער עס איז טרויעריג - ברענגט נישט גוטס אויף זיך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי פרייליך, מאך זיך פרייליך, הער לעבעדיגע מוזיק, טאנץ און זינג; אזוי וועסטו זיין געזונט און שטארק, דו וועסט פטור ווערן פון די קרענק.


ווער נישט צעפאלן ווען איינער זאגט דיר עפעס א קרום ווארט, ווער נישט אויסער זיך, ווען איינער טשעפעט דיר האט דאס גארנישט צו טון מיט דיר, יענער וועט דארפן תשובה טון, יענער וועט זיך דארפן אויסארבעטן; עס איז יענעמ'ס פראבלעם, גארנישט מיט דיר.

#23 - וואס מישט איר זיך אין אייער מאמע'ס געשעפטן?
כיבוד אב ואם, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט דאס מיט אייך? וואס מישט איר זיך אין אייער מאמע'ס געשעפטן?


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט מקורב צום רבי'ן, איר זענט אין היכל הקודש קודש קדשים, מוהרא"ש איז אונזער וועג ווייזער; וואס האט מיט אייך צו טון וואס אייער מאמע און שוועסטער טוען? אז זיי ווילן גיין אין א ליידיגע פלאץ מיט בייקס - וואס האט דאס מיט אייך? און אז אייער מאמע וויל זיך שמירן די נעגל - וואס האט דאס מיט אייך?


איר זאלט ציטערן פונעם אייבערשטן צו זאגן איין ווארט פאר טאטע מאמע; טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז מיט אייך איינשטומיג, איר ביידע פירן זיך מיט איין וועג, איר גייט נאך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; זייט מכבד אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן, וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#22 - טון וואס עס איז ריכטיג צו טון, נישט לויט וואס יענער זאגט
קינדער, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, יענער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער לערערין האט מיר איבערגעגעבן אז איר זענט די איינציגסטע קינד אין קלאס וואס מאכט זיך נישט נאריש ביים עסן מיטאג. נעבעך פאר די קינדער וואס זענען הונגעריג, זיי ווילן עכט עסן מיטאג, נאר זיי האבן נישט די שטארקייט צו גיין קעגן די ווינט; ווען איין מיידל דריידט מיט די נאז און מאכט א געשפעט פון די עסן.


מען זעט אז איר האט ספעציעלע עלטערן וואס לערנען אייך צו טון וואס איז ריכטיג און נישט נאכטאנצן די קינדער וואס לאזן נישט עסן און לאזן נישט האבן פארגענוגן אין סקול.


איך האף איר וועט אריינברענגען א גוטע לופט צווישן די קינדער, זיי זאלן אלע זיך צושטעלן צום סדר פון סקול.

#21 - אויב מען טראכט פון מענטשן, דעמאלט ווערט מען אנטוישט
אמונה, הפצה, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, פארשפרייטן די עצות פון משיח; דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט דיינע חיזוקים, עס לוינט זיך דיין הארעוואניע.


נעם אריין אין דיר אז דו ארבעטסט פאר'ן באשעפער, אז מען בינדט זיך צו צום באשעפער - איז די ארבעט גרינג, אויב מען טראכט פון מענטשן - דעמאלט ווערט מען אנטוישט, מען ווערט פארווייטאגט, מען טראכט מחשבות וכו', אבער אז מען טראכט פונעם אייבערשטן - קען מען נישט פאלן, מען ווערט נאר שטערקער און שטערקער.

#20 - פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן
שידוכים, צרות, התחזקות, נסיונות, יענער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


מען פרובירט אויס יעדן איינעם. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, אין גם אחד וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע – אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, דערהאלט זיך ווייטער. אנטלויף נישט, בלייב ערליך, בלייב מיט אמונה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיט'ן גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ער איז געבליבן מיט'ן טעם מרור... זאלסטו נישט אנטלויפן, אז דו וועסט זיך דערהאלטן זאג איך דיר צו א גוטע שידוך מיט הערליכע דורות.


פון דיין ראש ישיבה.

#19 - נישט ווערן צעבראכן ווען אנדערע זאגן מער תהלים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קעמפ, בין אדם לחבירו, יענער, זעלבס זיכערקייט, געפילן

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע בית פיגא תלמידה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהלים, איר האט שוין מסיים געווען אזויפיל מאל תהלים; בזכות די תהלים וועט אייך דער אייבערשטער געבן הצלחה אין לעבן.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט נישט קוקן אויף א צווייטן, קלאפט זיך נישט אראפ פון א צווייטן, זייט נישט מקנא די קינדער וואס האבן שוין געענדיגט תהלים מער מאל ווי אייך.


איינער זאגט מער תהלים, א צווייטער זאגט טאקע ווייניגער תהלים אבער האט אנדערע גוטע זאכן וואס מען איז מער פון אנדערע; מען טאר נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט ווי אנדערע טוען מער און זאגן מער תהלים וכו'.


דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט, דער הייליגער תם פלעגט זאגן פאר זיין ווייב (ספורי מעשיות מעשה ט', פונעם חכם ותם): "וואס האט דאס צוטון מיט מיר? דאס איז מיין מעשה און דאס איז יענעמ'ס מעשה"; ער פלעגט קוקן אויף זיך, אויף זיין עבודת השם און זיך מיט דעם מחי' זיין, ער פלעגט נעמען זיינע שיך וואס האט געהאט א פנים מיט דריי עקן, ער פלעגט זינגען: "אזא שיינע וואוילע זיסע צוקערדיגע האניגדיגע שיך האב איך געמאכט".


דאס איז זייער א וויכטיגע לימוד פאר'ן לעבן, דער רבי לערנט אונז און זאגט אונז: "קוק נישט אויף יענעם", "קלאפ זיך נישט מיט יענעם"; דער אייבערשטער האט ליב יעדן איינעם. מען דארף זיך אליינס זאגן: "דער אייבערשטער האט מיך ליב, יא, מיך ליב! אפילו און אפילו און אפילו, מיט אלע אפילו'ס האט מיך דער אייבערשטער ליב".


געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, ווען מען רעדט צום באשעפער ווערט מען זיכער מיט זיך, מען באקומט זיכערקייט, מען ווערט זעלבסטשטענדיג, מען איז מער קיינעם נישט מקנא.


יעצט פארט מען אין קעמפ, מען דארף זיך רעכענען מיט אנדערע. בפרט ווען עס איז דא אין די באנק א מיידל וואס איז קאלט, דארף מען זיך רעכענען מיט איר, אפילו אנדערע שרייען: "ס'איז הייס!" מען דארף זיך רעכענען מיט ווער עס איז קאלט. אדער קען מען לייגן די מיידל וואס איז קאלט אין די זייט פון שטוב וואו עס בלאזט נישט אזוי שטארק די עירקאנדישן.

#18 - קינדער איז א ברכה, עס איז בכלל נישט יאנטשי
קינדער, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידיש געלט, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זיך דערוויסט אז עס קומט א שמחה וכו', דאס דארף אייך נישט מאכן דעפרעסט; וויפיל פרויען שטייען און ווארטן צו קענען זוכה זיין צו א קינד, קינדער איז א ברכה.


פארוואס זאלט איר זאגן אז קינדער איז א יאנטשי זאך? פארוואס זאלט איר זאגן "איך וויל נישט קיין קינדער ווייל מענטשן וועלן לאכן און רעדן אויף מיר"? קינדער איז א ברכה, קינדער איז מתנות פונעם אייבערשטן אליינס, עס איז בכלל נישט יאנטשי.


איך וועל אייך זאגן וואס יאנטשי איז, יאנטשי איז לעבן פאר אנדערע, יאנטשי איז טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן, יאנטשי איז לעבן א פאלשע לעבן פאר חבר'טעס, יאנטשי איז איינקויפן טייערע קליידער, א טייערע קערידזש, אויסשוועמען דעם מאן'ס געלט פאר נארישע פרענדס וואס שמייכלען און פארנט און לאכן אונטערן רוקן...


יאנטשי איז גיין אנגעטון אויסגעשניטן צו וועלן אויסזען ווי דער גוי טמא שקץ ומשוקץ, יאנטשי איז זיך צאמנעמען קאפלס לאכן אינאיינעם, זוכן צו קוקן אויף פרעמדע מענער, לאכן צו פרעמדע מענער, גיין שפילן מיט פרעמדע מענער.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט נישט יאנטשי, איר זענט אן ערליכע, בא'חן'טע, אידישע, איידעלע, באשיידענע פרוי, און דאנקט דעם אייבערשטן אז נאך אביסל קומט שמחות.

#17 - מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות
התחזקות, בארד און פאות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שעם זיך נישט מיט דיין בארד און פיאות, זיי שטאלץ מיט דעם; דו קענסט עס שיין מסדר זיין, אריינדרייען וכדומה. די פיאות דארף נישט זיין לאנג, די פיאות קענסטו מאכן קורץ, אבער חס ושלום שניידן די בארד. קוק די ווערטער וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


דאס וואס מענטשן זאגן דיר אז דו זעסט אויס ווי אן אבל מיט לאנגע האר וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן השמטה, תחלת חלק שני) אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליינס און נישט געקוקט אויף קיינעם, ער האט נאר געטון וואס דער אייבערשטער זאגט; וואויל איז דעם וואס קוקט נישט אויף קיינעם, ער טוט נאר וואס דער אייבערשטער זאגט, און זיין אידישקייט איז נישט געבויט אויף וויפיל מענטשן טוען דעם רצון השם; אפילו ער זאל בלייבן איינער אליין וועט ער אויך זיין שטאלץ מיט זיין בארד און פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלום בית
תפילות אויף אידיש, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוהרא"ש, יענער, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר שרייבט אז איר זוכט צו ווייזן ליבשאפט צווישן אייך און אייער מאן ווען מענטשן קוקן, ווען איר גייט שפאצירן אין גאס מאכט איר זיך בא'טעמ'ט וכו', ווען מענטשן קומען אייך אנטקעגן שמייכלט איר שטערקער צו אייער מאן און איר מאכט מיט די הענט, מיט די פיס אז מענטשן זאלן אויסגיין פאר קנאה וכו' וכו'.


עס איז א שאד צו ארבעטן אזוי שווער, פארוועם? פארוואס? פאר ווי? קיינער קוקט נישט אויף אייך, קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלום בית. אסאך יונגע קאפלס האבן די קטנות הדעת וכו'; פארוואס זאלט איר ארבעטן אזוי שווער ווען קיינער איז נישט אינטערעסירט וכו'? ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן? מוהרא"ש האט מיר געזאגט נאכדעם וואס איך האב אים געברענגט א פאשקעוויל וואס מען האט געווארפן אויף מיר, מוהרא"ש שמייכלט צו מיר און זאגט מיר: "ווער קוקט אויף דעם? ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן?" דאס זעלבע זאג איך אייך, איר מיינט איר גייט אין גאס און אלע האבן נישט עפעס אנדערש וואס צו טון נאר צו קוקן אויף אייך ווי איר שמייכלט צו אייער מאן?


וואס מיינט איר, מענטשן האבן צייט צו טראכטן פון אייך? דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה", מען דארף ארויסגיין פון דמיונות, "וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", און צוקומען צו האבן שכל, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהַכְנִיעַ הַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַמְּנִיעוֹת, אֶלָּא עַל יְדֵי גְּדֻלּוֹת הַבּוֹרֵא", מען קען נישט אוועקנעמען די אלע דמיונות, שלעכטע מחשבות, תאוות און אזוי ווייטער - נאר אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, ווי גרויס דער אייבערשטער איז; נאך זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצד): "מִי שֶׁרוֹצֶה כָּבוֹד הוּא שׁוֹטֶה", ווער עס דארף כבוד איז א שוטה; ווייל דער אייבערשטער איז דא, אז דער אייבערשטער איז דא - איז נישטא די אלע קטנות הדעת.


בעטס דעם אייבערשטן די ווערטער יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ארויסגיין פון מיינע דמיונות און זוכה זיין צו באקומען שכל צו וויסן אז דו ביסט דא, אלעס ביסטו, אלעס אויסער טראכטן פון דיר - איז נאר דמיונות. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן פון מיין לעבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע טראכטן פון מיר".

#15 - זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה
תשובה, משניות, התחדשות, לימוד התורה, יענער, חלישות הדעת, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


די וואך פרשת יתרו, ווען מיר ליינען די פרשה פון קבלת התורה, - איז א צייט וואס מיר באקומען פרישע כוחות צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, אזוי ווי צדיקים זאגן (של"ה הקדוש בתחילת מסכת פסחים; ועוד): "קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן", ווען מען ליינט אין די תורה די פרשת השבוע - וועקט זיך אויף די אלע זאכן וואס האט דעמאלט פאסירט, און מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו דעם.


איך וויל ענק בעטן איר זאלט זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה - אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט. קוקט אריין די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


איך בעט אייך מיינע טייערע ליבע ברידער, מיר דארפן זיך באנייען מיט לימוד משניות, א תלמיד היכל הקודש איז נאר דער וואס זאגט פרקים משניות; משניות וואשט אפ אלע עבירות און עס שלעפט ארויס פון שאול תחתית.


מוהרא"ש זאגט, די שיחה פון כך וכך פון הייליגן רבי'ן מיינט לימוד משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס פאלט נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


מען דארף נישט פאסטן און מאכן סיגופים. מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


טייערע ליבע ברידער, קוקט נישט אויף אנדערע; ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע און ווערט נישט מבולבל פון אנדערע. מוהרא"ש זאגט, די עשרת הדברות שטייט בלשון יחיד (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ", איך בין דיין באשעפער, עס שטייט נישט "אֱלֹקֵיכֶם", ענקער באשעפער; "לֹא יִהְיֶה לְךָ", עס זאל נישט זיין צו דיר, אלעס שטייט בלשון יחיד - צו דיר; דאס ווייזט אונז אז מען קען נאר מקבל זיין די תורה אויב מען נעמט די תורה פאר זיך, מען קוקט נישט אויף אנדערע.


בפרט ווען עס קומט צו נאנטע חברים, תלמידי היכל הקודש; אז מען האט נישט די הקדמה - קען מען באקומען חלישות הדעת. 'דער באקומט א שמייכל, יענער באקומט א שיינע בריוו, דער דריטער איז אזוי נאנט און איך באקום גארנישט; נישט קיין בריוו, נישט קיין שמייכל, נישט גארנישט'; דארף מען זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים; זיי זענען אזוי צעבראכן, קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט קיין בחור; איך דארף גיין פארלערנען, בלייבזשעט מיר געזונט.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#14 - אז מען ווייסט וואס צו טון, מיינט נישט אז מ'האט נישט קיין אמונת חכמים
שאלות, ספיקות, אמונת חכמים, עצתו אמונה, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט: "איך קוק מיך ארום און איך זע ווי מרת ... און ... און... און אלע האבן אזא אמונת צדיקים, יעדע זאך פרעגן זיי דעם ראש ישיבה, זיי האבן אייביג ליסטעס מיט זאכן צו פרעגן, און איך ווייס נישט גארנישט וואס צו פרעגן. ווי אזוי ווייסן זיי וואס צו פרעגן? מיר פאלט נישט איין אפילו וואס צו פרעגן, אבער איך פריי זיך ווען איך דערמאן זיך וואס דער ראש ישיבה זאגט, אז ווער עס ליינט עצתו אמונה און הערט די שיעורים ווייסט אלעס וואס מען דארף וויסן".


ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע, ווערט נישט מבולבל פון אנדערע; אז מען ווייסט וואס צו טון, מען האט נישט קיין ספיקות - מיינט נישט אז מען האט נישט קיין אמונת חכמים. עס זענען דא וואס קומען פון שטובער אן חינוך, זיי ווייסן גארנישט אין לעבן, דעריבער פרעגן זיי יעדע זאך; אנדערע וואס קומען פון ערליכע שטובער, אזוי ווי אייך, וואס אייערע עלטערן האבן אייך געגעבן א גוטע חינוך - ווייסט איר אליינס ווי אזוי זיך צו פירן, דאס מיינט נישט אז איר האט ווייניגער אמונת חכמים; זיי ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו געבן א ריר אין לעבן, זיי הייבן יעצט אן זייער לעבן, דעריבער פרעגן זיי יעדע זאך.


צעברעכט זיך נישט פון אנדערע, איר זענט מער פון זיי; קוקט נישט אויף אנדערע, מאכט נישט נאך אנדערע, ווילט נישט זיין ווי אנדערע, ווילט נאר איין זאך - טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


לערנט די בריוו פון עצתו אמונה, לערנט דאס אפאר מאל; עס איז נישט גענוג אריין צו בליקן שבת אין דעם, א גאנצע וואך זאלט איר לעבן מיט די בריוו. ווען איר זעט תפילות אין די בריוו - זאלט איר דאס מיט זאגן אויפ'ן קול, און ווען איר זעט אין די בריוו מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן - זאלט איר אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויפ'ן קול.


ווער עס לערנט די בריוו ווייסט שוין אליינס ווי אזוי זיך צו פירן, מען דארף שוין נישט קיינעם.


א ליכטיגן חנוכה.

#13 - הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין צופרידן מיט מיר אליין
תפילות אויף אידיש, שמחה, יענער, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג


דא האט איר א תפלה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן מיט מיר אליין, איך זאל זיך ליב האבן, איך זאל זיין צופרידן.


דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר נאר גוטס; איך בין געזונט, איך האב אלעס, און נאכאלץ בין איך נישט צופרידן פון מיר, איך האב זיך נישט ליב; איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך און צופרידן מיט מיר אליינס.


הייליגער באשעפער, מאך א נס איך זאל שוין ווערן אמת'דיג פרייליך, איך זאל ליב האבן מיין לעבן, מיינע עלטערן, מיין משפחה; איך רעד זיך איין אז די גוים האבן א גוטע לעבן, איך טראכט אלץ 'א שאד איך בין געבוירן אין אן ערליכע שטוב'; איך וויל נאר אוועקלויפן פון זיי, איך עקל זיך פון די צניעות'דיגע וועג.


הייליגער באשעפער, לייז מיר אויס פון מיין תפיסה; מיין מח איז אין תפיסה, איך בין נישט צופרידן מיט מיר, איך וויל אלץ זיין א צווייטער. העלף מיר, ווייז מיר די זיסקייט פון זיין א איד, ווייז מיר דאס שיינקייט פון ערליכע אידן.


העלף מיר איך זאל געדענקען וואס די גוים האבן געטון צו מיין משפחה; זיי האבן פארברענט מיינע זיידעס און באבעס, פארוואס וויל איך זיין ווי זיי?!


העלף מיר איך זאל דיר ליבן, איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן; יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".


זאגט די תפלה יעדן טאג מיט הייסע טרערן, וועט איר ווערן א נייער מענטש; איר וועט ארויסגיין פון אייער תפיסה.