בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דו דארפסט ברענגען געלט פאר דיין ווייב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, פורים, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך איז די הייליגע יום טוב פורים, ביי אנשי שלומינו איז פורים געווען זייער פרייליך, עס איז געווען 'נכנס יין יצא סוד', מען האט געזען די פנימיות פון אנשי שלומינו, די דביקות אינעם אייבערשטן און אין צדיק. אפילו די שטילע וואס האבן זיך אויסבאהאלטן א גאנץ יאר, מען האט גארנישט געזען, אלעס איז געווען באהאלטן, אבער פורים האט מען געזען די הייליגקייט און די פרייליכקייט.


איך וויל דיך מעורר זיין אז עס איז נישטא אזא זאך נישט אהיים ברענגען געלט פאר די ווייב פאר צרכי חיים, דו דארפסט ברענגען געלט פאר דיין ווייב, און אז דו האסט נישט - דארפסטו גיין נאך געלט; נישטא אזא זאך זאגן 'איך האב נישט', האסט חתונה געהאט, האסט געשריבן א כתובה, "אֲנָא אֵיזִן וְאוֹקִיר וְאֶפְלַח לֵכִי" - ביסטו מחויב צו ברענגען געלט.


מען טאר נישט מאכן חובות, אבער אין די זעלבע צייט - טאר מען נישט לאזן א ווייב אין שטוב אן עסן, אן לעבנס געברויכן. אז די ווייב וויל איבריגע זאכן, דעמאלט קען מען אויסשמועסן מיט איר אז חובות איז א סכנה, חובות קען אלעס חרוב מאכן, אבער אז די ווייב דארף ברויט און מילך פאר די פיצלעך, אדער אז מען שפארט אפ די הייצונג און די ווייב בלייבט אין א פארפרוירענע דירה; דאס איז אכזריות.


גיי נאך געלט, עס איז בכלל נישט קיין בושה, א בושה איז דער וואס ברענגט נישט אהיים פאר די ווייב געלט פאר ברויט און מילך און צרכי חיים, דאס איז א בושה, און זיי זיך מקבל אז די ערשטע ארבעט וואס מען רעדט דיר - זאלסטו אננעמען, אן קיין חשבונות. מיר דארפן נישט מאכן קיין חשבונות, מיר דארפן טון. עס שטייט אין די תורה (דברים טו, יח): "וּבֵרַכְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", זאגן די הייליגע חכמים (ספרי דברים טו, קנח): "יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל, תַּלְמוּד לוֹמַר 'בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה'"; דו טו, און דער אייבערשטער וועט שיקן א ברכה.


גיי אין פעלד און שריי און וויין: "הייליגער באשעפער איך טו תשובה, איך ווייס אז עס קומט מיר דאס אלעס ווייל איך האב געזינדיגט, אבער איך טו תשובה, נעם אן מיין תשובה, האב רחמנות אויף מיר, איך קען נישט תשובה טון אן קיין פרנסה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.