בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
דאנק דעם אייבערשטן פאר די מתנות; פאר די טייערע ווייב וואס דו האסט באקומען און פאר דיין ליכטיג קינד. דאנקען דעם אייבערשטן איז שעשוע עולם הבא, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", די תענוג פון עולם הבא איז צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן איז מען נענטער צו אים, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז בלויז דער אייבערשטער אליין, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.
אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב, איר געבן אסאך גוטע ווערטער, און גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן דיין ווייב ווייל דאס איז א חלק פון דיין נשמה, און דיקא דורך איר וועסטו אנקומען צו שיינע זאכן, צו שלימות הנפש. אזוי ווי דער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (עיין ספר שערי קדושה, חלק א), עס איז נישטא קיין אנדערע וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך אויסארבעטן זיינע מידות, נאר דורך לעבן בשלום מיט די ווייב, ווייל דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם א ווייב וואס איז די בעסטע פאר אים צו קענען ווערן אויסגעארבעט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.