בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין אויפפירונג זאל זיין הפצה
הפצה, דרך ארץ, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנהויבן טון הפצה, אויסער דאס אויסטיילן די ספרים; דאס הייסט, אויסער דעם וואס דו טיילסט ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - זאלסטו אליינס זיין א מפיץ, דיין אויפפירונג זאל זיין הפצה, אלע זאלן זאגן 'מיר ווילן אויך אונזערע קינדער זאלן זיין ברסלב'ע', אז מען פירט זיך אויף איידל מיט דרך ארץ, מען איז מכבד עלטערע, מען איז מכבד די בית המדרש, מען איז מכבד עלטערן - דאס איז די גרעסטע הפצה.


ווען דו גייסט צו דיין טאטע מאמע און אויך צו דיין שווער און שוויגער - זאלסטו זיך אויפפירן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. דו זאלסט האלטן דיין מויל פארמאכט, נישט רעדן און נישט איינטיילן ווי זיי זאלן פירן זייער שטוב, איין זאך זאלסטו טון, זיך נאר באדאנקען און נאר כבוד געבן, אזוי וועלן אלע זאגן: "אשרי רבו שלמדו תורה", וואויל איז דיין רבי וואס האט דיך געלערנט תורה, עס וועט ווערן באליבט דעם אייבערשטן ביי יעדן איינעם.


דיין שווער שרייבט מיר אז ער וויל זיך מיט דיר נישט קריגן, ער זאגט דיר גארנישט, אבער עס איז אים זייער שווער. דו האסט איבער גענומען די שטוב, דו זיצט ביים טיש, דו מאכסט חוזק פון יעדן ערליכער איד, דו ביסט מבטל יעדן איינעם, נאר היכל הקודש איז כשר, און ווען ער רעדט פון ערליכע אידן מאכסטו ליצנות; דאס האסטו נישט געלערנט ביי מיר, און דאס איז נישט קיין הפצה, דאס איז גורם מען זאל זיך דערווייטערן פון הייליגן רבי'ן. אויב דו ווילסט מקרב זיין דיין משפחה זאלסטו זיך פירן מיט דרך ארץ, וועלן אלע קומען צום רבי'ן פון זיך אליין, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר".


פון יעצט ווען דו גייסט צו דיין שווער אדער טאטע - זאלסטו זיצן ביים טיש מיט דרך ארץ. זיי קיינעם נישט מבטל, זאלסט זיך נאר באדאנקען, וועסטו אלע מקרב זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "'וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ', שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְךָ", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן ליב האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אויב פירט ער זיך אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה. ווידער פארקערט, ווען מען זעט א מענטש וואס לערנט נישט, זאגט מען: "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוק ווי שיין דער מענטש וואס לערנט תורה פירט זיך אויף, אויף אים איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער זאגט: "איך בארים זיך מיט דיר", אבער דער וואס פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אוֹי לוֹ לִפְלוֹנִי שֶׁלָמַד תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְאָבִיו וּלְרַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וויי פאר אים און וויי פאר זיינע עלטערן און רבי'ס וואס האבן אים געלערנט וכו'; עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.