בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין ווייב, קינד, טאטע, מאמע, שווער און שוויגער; איז אייבערשטער
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, י"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, דו האסט געזען א בריוו אין עצתו אמונה אז דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מען וועט מיך נישט שמייסן אין הימל פארן נישט זיין ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא פון אניפולי, מען וועט מיך שמייסן פארוואס איך בין נישט געווען ווי מילך"; פרעגסטו אויף וואס דארפסטו תשובה טון מען זאל דיך נישט שמייסן, וואס ערווארט מען פון דיר אז מען זאל דיך נישט שמייסן.


דו דארפסט תשובה טון פארן זיך ארום דרייען מיט קשיות אויפן אייבערשטן, און פארן זיך האלטן קלוגער פונעם אייבערשטן. היינט האבן מיר געליינט אין די הפטרה פון שבעה עשר בתמוז, דער אייבערשטער זאגט (ישעי' נה, ח-ט): "כִּי לֹא מַחְשְׁבוֹתַי מַחְשְׁבוֹתֵיכֶם וְלֹא דַרְכֵיכֶם דְּרָכָי נְאֻם ה'" מיינע מחשבות זענען נישט וואס ענק טראכטן, און מיינע וועגן זענען נישט ווי ענקערע וועגן, "כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ" אזוי ווייט ווי דער הימל איז פון דער ערד, "כֵּן גָּבְהוּ" אזוי ווייט איז – "דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם" מיין וועג פון ענקערע וועגן, "וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם" און מיינע מחשבות פון ענקערע מחשבות; אויף דעם דארפן מיר תשובה טון, נישט האבן קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן.


אז דו ווילסט נישט מען זאל דיך שמייסן - זאלסטו יעדן טאג זיך מתבודד זיין אויף דעם פרט, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן אזא שטארקע קלארע לויטערע אמונה, צו וויסן אז אלעס וואס דו טוסט איז גוט, עס איז נאר גוט, יעדע פרט און יעדע פינטל פון מיין לעבן איז פון דיר, און אז עס איז פון דיר - איז עס נאר גוט"; דאס איז אויף וואס דו זאלסט בעטן און שטרעבן, נישט ארום גיין מיט קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן.


דיין ווייב, דיין קינד, דיין טאטע, דיין מאמע, דיין שווער, דיין שוויגער, דיין אלעס וואס דו האסט יא, און דיין אלעס וואס דו האסט נישט - אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער, אלעס האט א פינקטליכע חשבון, און איז נאר פאר אונזער גוטס. אך און וויי אז מען וויל פארשטיין אלעס, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא" אזוי דארף זיין, "שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ" עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ" און עס איז שיין און גוט עס זאל זיין קשיות. "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ" ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ" וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד; קומט אויס, אז מען האט קשיות ווייזט דאס אז דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, און דער רבי האט אויסגעפירט, נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט ארום צו גיין מיט קשיות, "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן", ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.