בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר
זע צו זאגן יעדן טאג תהילים, הלוואי אז דו קענסט צוריק אנהויבן זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. לייג תהילים אלס דיין ערשטע שיעור, אינדערפרי זאלסטו גלייך נאך ברכות התורה נעמען א תהילים און זינגען צום אייבערשטן, און פלעכט אריין דיינע אייגענע לויב און דיין אייגענע געבעט; דאס וועט דיר ברענגען א שידוך (ספר המידות אות חיתון, סימן ט).
דיין מעשר געב פאר לומדי תורה. העלף אינגעלייט וואס זיצן און לערנען תורה מתוך הדחק, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם אות צדקה, סימן ט): "מִצְוָה לָזוּן אֵלּוּ שֶׁעוֹסְקִים בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵאֵלּוּ שֶׁאֵין עוֹסְקִין", עס איז א מצוה צו געבן צדקה פאר די וואס לערנען תורה; דאס וועט זיין א זכות פאר דיין נשמה, עס וועט ווערן גערעכנט ווי דו אליין זיצט און לערנט א גאנצן טאג.