בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות און פארליר נישט דיין אמונה אפילו פאר איין רגע צו האבן חס ושלום קשיות אויפן אייבערשטן פארוואס דיין שידוך איז נאך נישט אנגעקומען, נאך אזוי פיל תפילה והתבודדות, הונדערטער שעות לימוד התורה און אלע סגולות פון צדיקים.
איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר: האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך - אז מיר ווייסן גארנישט, "תַּכְלִית הַיְדִיעָה - אֲשֶׁר לֹא נֵדַע", דער תכלית איז אויף דער וועלט מען זאל צוקומען צו דעם וויסנשאפט אז מען ווייסט גארנישט.
רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן סז; רפג) אז דער "איני יודע" פון הייליגן רבי'ן איז געווען דער גרעסטער חידוש, מער פון וואס דער רבי האט יא געוואוסט, עיין שם; ווייל ווען א מענטש "ווייסט גארנישט" דאס ווייזט אז דער מענטש איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ער וויל גארנישט - נאר וואס דער אייבערשטער וויל, דערפאר איז ביי אים אלעס גוט, ווייל ער איז ביי זיך גארנישט, ער האט גארנישט און דארף גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.
בנוגע דיין דזשאב וואס דו האסט באקומען, אבער יעצט זאגט מען דיר אז דער וואס האט זיך אפגעזאגט פון דעם פאסטן וכו' וויל צוריק זיין דזשאב, און דו ווילסט וויסן וואס צו טון; על פי הלכה דארפסטו נישט אפטרעטן פאר אים, אבער היות דו דארפסט נאך נישט מפרנס זיין א משפחה, דו קענסט נאך ביז דערווייל זיצן אין ישיבה, ווידעראום יענער איז א אינגערמאן וואס דארף מפרנס זיין א ווייב און קינדער, און אז ער וועט נישט האבן קיין פרנסה קען ער אלעס פארלירן - זיין ווייב און קינדער וכו', ממילא זאלסטו אים לאזן צוריק נעמען זיין פאסטן, און דער אייבערשטער וועט דיר געבן א גרינגערע וועג צו מאכן געלט.
איך בעט פאר דיר יעדן טאג דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב ובנקל.