בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס דארף דיין טאכטער זאגן אז זי הערט די האטליין? וואס פעלט אויס זי זאל דאס דערציילן פאר אנדערע, וואס דארף זי דערציילן פאר די חבר'טעס פון ברסלב?!
פאר'ן מוסד גייט נישט אן אז דיינע קינדער הערן די שיעורים און לעבן פון רבי'ן, זיי קענען זיך נישט מישן אין דעם און זיי ווילן נישט האבן מיט דעם, זיי ווילן אבער נישט אז עס זאל ווערן א גערודער ביי זיי, ווען אנדערע קינדער וואס זייערע עלטערן זענען נישט ברסלב וועלן אהיים קומען און זאגן פאר די עלטערן אז זיי דארפן ברסלב'ע שידוכים.
גיי דו אריבער צו די הנהלה, זאג זיי אז דיינע קינדער וועלן נישט רעדן צו אנדערע פון רבי'ן, זיי וועלן פאלגן די לערערינס, זיי וועלן מיט האלטן די שיעורים, וועסטו זען אז זיי וועלן דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען. לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן זיך נישט רייצן מיט אנדערע, נישט רעדן פון ברסלב, אזוי וועסטו נישט האבן קיין פראבלעמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.