בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער זאל דיר געבן א גאנצע רפואה
מקוה, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב מתפלל געווען אז די אפעראציע זאל אריבערגיין בשלום, איך בעט פאר דיר דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צער, דו זאלסט מער נישט דארפן האבן אפעראציעס, שוין גענוג געווען, יעצט זאלסטו זיין געזונט און שטארק.


חזר אמונה, נעם אריין אין דיר אז אלעס וואס דו ביסט אריבער ביז אהער איז נאר פאר דיין טובה; אז דו וועסט ארייננעמען די וויסנשאפט אין דיר – וועסטו זוכה זיין צו שפירן מעין עולם הבא, אביסל פון די זיסע ליכטיגע לויטערע טעם וואס מען שפירט אין עולם הבא. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כשאדם יודע שכל מאורעותיו הם לטובתו", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין גוטס, "זאת הבחינה היא מעין עולם הבא", דאס איז אביסל פון די טעם פון עולם הבא; וויל איך דיר בעטן זאלסט חזר'ן אמונה, ווי אזוי באקומט מען אמונה? אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים וספרי תלמידיו הקדושים וואס מאכט ליכטיג די אויגן, מען הייבט אן קוקן אנדערש אויף די וועלט.


אז דו קענסט נישט גיין אין מקוה צוליב די אפעראציע זאלסטו גיין אין א שויער יוצא צו זיין תשעה קבין, און שטארק זיך מיט התבודדות ותפילה; אפילו ווען מען ליגט אין בעט, מען קען גארנישט טון, נישט לערנען, נישט דאווענען – קען מען שאקלען די ליפן, 'עקימת שפתיים הוה מעשה', מען קען שעפשען תפילות און אויך לויב און דאנק פארן בורא עולם.


א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.