בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער זאל דיר שנעל און גרינג אויסהיילן פון קאראנע
שמחה, אמונה, רפואה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אייער זון ... נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער, אביסל חיזוק; היות איר זענט יעצט זייער אפגעשוואכט, איר ליגט אין שפיטאל מיט די מחלה קורונה לא עלינו; דער אייבערשטער זאל אייך שנעל אויסהיילן און שיקן א גאנצע רפואה.


פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעמט אריין אמונה אין זיך, חזר'ט אייך אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און עס קען גארנישט פאסירן אן אים, דאס וועט אייך געבן כוחות זיך צו שטארקן אויף די מחלה און איר וועט ווערן אויסגעהיילט. אמונה היילט דעם מענטש, אמונה געבט זייער שטארקע כוחות, מען קען פארנעמען וואס סתם א מענטש קען נישט פארנעמען.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פטור צו ווערן פון אלע מחלות וחלאים רעים, דורך זיין פרייליך; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען דארף אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש, אלעס קומען פון עצבות און מרה שחורה. דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הִוא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך - נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


איך ווארט צו הערן פון אייך גוטע בשורות.