בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש
תפילה והתבודדות, אמונה, סבלנות, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, נאר אסאך מאל זעט מען נישט גלייך די ישועה, מען דארף האבן אסאך סבלנות ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש רבה ואתחנן ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך פערציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", ער האט געדאווענט פערציג טעג צום אייבערשטן. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי דניאל (דניאל י, ג): "לֶחֶם חֲמֻדוֹת לֹא אָכַלְתִּי וגו' עַד מְלֹאת שְׁלשֶׁת שָׁבֻעִים יָמִים", ער האט געפאסט דריי וואכן, נאכדעם האט ער געבעטן (שם ט, יט): "ה' שְׁמָעָה ה' סְלָחָה וגו'". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לִשְׁלשָׁה יָמִים", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך דריי טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי יונה הנביא (יונה ב, א): "וַיְהִי יוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּג וגו'", און נאכדעם שטייט (יונה ב, ב): "וַיִּתְפַּלֵּל יוֹנָה אֶל ה' אֱלֹקָיו מִמְּעֵי הַדָּגָה". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְיוֹם אֶחָד", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך איין טאג, אזוי ווי מיר זעען ביי אליהו הנביא, עיין שם.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט חס ושלום נישט האבן קיין ספיקות אין תפילה - און זיכער נישט אפלאזן תפילה, ווייל יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש. אמאל איז דא א גזירה אויפ'ן מענטש, נעמט מען די תפילות וואס דער מענטש בעט אויף א געוויסע זאך און מען איז מבטל מיט די תפילות - די גזירה. צום ביישפיל, א מענטש בעט אויף פרנסה און מען לייגט דאס פאר זיין געזונט אדער די געזונט פון זיין משפחה; דער מענטש ווייסט נישט וואס גייט פאר, ער טראכט צו זיך 'איך בעט אויף פרנסה און איך זע נישט ווי עפעס רוקט זיך!' ער ווערט צעבראכן און הערט אויף בעטן; אבער באמת האט מען גענומען די אלע תפילות און אים געראטעוועט דאס לעבן.


איך האף אז דו וועסט זיך שטארקן און ווייטער גיין צום אייבערשטן, אים בעטן אויף יעדע זאך פון דיין לעבן - אפילו דו זעסט נישט גלייך די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.