בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א גרויסן יישר כח פארן מיר אינזין האבן אין ערפארט אין קיעוו; דו האסט געברענגט עסן פאר מיר, מיין ווייב און קינדער. אין דעם זכות פון אונז מחי' זיין זאל דער אייבערשטער דיר מחי' זיין.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב) אז מען דארף ארויסנעמען פון יעדע זאך און פון יעדע נייעס התחזקות און רמזים אין עבודת ה'; פון דעם וואס מיר זיצן דא אין ערפארט שוין באלד פופצן שעה זעט מען אז א מענטש קען גארנישט טון. "רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ (משלי יט כא)" זאגט שלמה המלך; א מענטש קען זיך מאכן פלענער ווען צו גיין און ווען צו קומען, אבער אין איין רגע קען ער פארווארפן ווערן אין א פלאץ אן עסן און אן קליידער וכו' וכו'.
די רמזים שיקט דער אייבערשטער טעגליך פארן מענטש כדי ער זאל זיך נישט איינרעדן אז (דברים ח, יז): "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה", נאר ער זאל וויסן און אנערקענען (דברים ח, יח): "כִּי הוּא הַנֹּתֵן לְךָ כֹּחַ לַעֲשׂוֹת חָיִל", דער אייבערשטער פירט די וועלט.
נאכאמאל: "תנוח דעתך שהנחת את דעתי ואת דעת אשתי ובני ביתי".
...