בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח): דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.
די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.
דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך נישט צו טון מאכן ווען איינער שאפט אויף דיר; דו טראכט צו זיך איין ווארט: 'נעבעך...' אז יענער קומט נאכאמאל און שרייט אויף דיר: "וואס טוסטו נישט דאס? וואס טוסטו נישט יענץ?", און דו שפירסט שוין ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, טראכט די איין ווארט: 'נעבעך... יענער איז אזא רחמנות, יענער ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן; יענער מיינט אז די וועלט איז זיינס וכו', יענער טיילט איין פאר אנדערע וואס צו טון וכו''.
דו האסט אודאי געהערט פונעם גרויסן מפיץ ר' שמואל דוד יונגרייז זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; איינמאל איז ער געגאנגען הפצה אין די פאנעוויטשע ישיבה אין בני ברק, ווען פלוצלינג קומט צו אים צו א בחור און הייסט אים ארויס גיין פון ישיבה, ער האט אים געטשעפעט און געטשעפעט ביז ר' שמואל דוד ז"ל האט זיך ארויס געכאפט א ווארט פון זיין מויל: "דו וועסט נאך ווארטן יארן לאנג פאר דיין שידוך!" ווען ר' שמואל דוד ז"ל איז ארויס פון בנין הישיבה האט אים זייער וויי געטון פארוואס ער האט געדארפט זאגן א שלעכט ווארט פאר יענעם בחור און ער האט נישט געהאט קיין מנוחה דערפון. ער איז צוריק אריין אין ישיבה אים אויפזוכן און געוויינט פאר אים ער זאל אים מוחל זיין, ביז דער בחור האט אים געזאגט: "איך בין דיר מוחל נאר אז דו גייסט שוין ארויס פון דא".
זעט מען פון דעם ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד לעבט; ער קוקט מיט אנדערע אויגן אויף א צווייטן. אנשטאט ווערן ברוגז אויף יענעם און ווארטן יענער זאל אים איבער בעטן, קוקט ער אויף יענעם מיט רחמנות'דיגע אויגן און בעט יענעם איבער. צו דעם קומט מען צו אז מען לעבט מיט אמונה; מען לויבט אין דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט אין לעבן, אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט זיך געפירט, ער איז געווען שטענדיג פרייליך און נישט געקוקט וואס א צווייטער זאגט.
זארג נישט פאר דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג. דו בעט דעם אייבערשטן ווייטער אז דו זאלסט אויפשטעלן א שטוב וואו מען וועט לעבן מיטן אייבערשטן און מיט אמונת צדיקים.