בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, ירושלים
וואס מאכסטו? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, איך האף אז דו באניצט זיך נאך מיטן רבינ'ס עצות, בעיקר מיטן גיין יעדן טאג א שפאציר, זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן.
וואס מאכן דיינע קינדער? וואס מאכט דיין ... נרו יאיר? לייג אריין קאפ אין דיינע קינדער, נישט אלעס איז ביזנעס, פסח איז א צייט פון חינוך הילדים, אלעס פונעם ליל הסדר דרייט זיך ארום די קינדער, אלעס וואס מיר טוען אינעם סדר נאכט דרייט זיך ארום די קינדער; זיי זאלן פרעגן די קשיות און מען זאל זיי קענען דערציילן די סיפור יצאת מצרים.
פסח איז א צייט וואס דער טאטע רעדט צו די קינדער פון אמונה, אנגעהויבן ביים סדר נאכט דארף דער טאטע דערציילן פאר די קינדער אז עס איז דא א באשעפער וואס ער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט, קיינער קען גארנישט טון; קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס.
צדיקים זאגן, מען געבט פון הימל גרויסע כוחות פאר יעדן איינעם צו קענען רעדן צו זיינע קינדער פון אמונה, און אז מען ניצט אויס די סדר נאכט איבער צו געבן די אמונה - בלייבט מען נאכדעם א גאנץ יאר מיט די כח צו קענען איבערגעבן פאר די דורות די אמונה בשם.
מען דארף נישט קיין טיפע געדאנקען מיט דראמאטישע משלים, מען דארף נישט מער פון זאגן דעם ריינעם אמת, אז דער אייבערשטער איז אלעס, דומם צומח חי מדבר, אלעס אלעס איז ער, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, נישטא קיין מציאות אויסער אים, ובכל תנועה ותנועה איז ער באהאלטן.
איך בעט דיר מיין טייערער הארציגער ברודער, ניץ אויס די סדר נאכט צו רעדן צו דיינע קינדער פון אמונה, לייג אריין אין זיי אז וואס זיי דארפן נאר האבן אין זייער לעבן זאלן זיי זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, און זיך נאר פארלאזן אויף אים. רעד צו דיינע קינדער פון דאס נארישקייט פון זיך פארלאזן אויף א בשר ודם, דער פסוק זאגט (ירמיהו יז, ה): "אָרוּר הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בָּאָדָם, וְשָׂם בָּשָׂר זְרֹעוֹ", א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף א מענטש, "וּמִן ה' יָסוּר לִבּוֹ", און פונעם אייבערשטן קערט ער זיך אפ. "וְהָיָה כְּעַרְעָר בָּעֲרָבָה", ער וועט זיין צוגעגליכן צו אן איינצעלנעם בוים אין מדבר, "וְלֹא יִרְאֶה כִּי יָבוֹא טוֹב", און ער וועט נישט זען דאס גוטס. ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן האט מען גארנישט, מען טרעפט זיך נאכדעם איינער אליין, "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה'", וואויל איז דעם מענטש וואס פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, "וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן.
מעגסט מיך אמאל רופן, מעגסט מיך אמאל שיקן א בריוו, איך האב א בענקעניש צו דיר, און איך געדענק אלע גוטס וואס דו האסט מיר געטון.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.