בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער עיקר יחוס איז לערנען און דאווענען
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ... שליט"א


שטארק זיך זייער אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, דאס איז די יסוד פון אלעס, א איד אז ער גייט אין שול דריי מאל א טאג צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין – האט ער כח צו קענען עומד זיין אין די שווערע נסיונות וואס די צד הטומאה ברענגט.


מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות און גמרא, דאס איז די גרעסטע יחוס, אז מען לערנט און מען דאווענט; מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געהאט א יחוס בריוו ביז ארויף צו דוד המלך עליו השלום, און אמאל האט אויסגעבראכן א פייער אין שטוב און אלעס איז פארברענט געווארן, און דעם מגיד'ס מאמע האט זייער געוויינט, און דער מגיד האט איר געטרייסט אז דער אייבערשטער וואס האט אונז געגעבן די הויז וועט אונז געבן א צווייטע דירה, האט זי געזאגט: "איך וויין נישט אויף די הויז, איך וויין אז אונזער יחוס בריוו האט זיך פארברענט", האט דער מגיד געזאגט: "פון מיר וועט זיך אנהייבן א נייע יחוס, איך וועל דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען, און עס וועט ווערן אן עכטע יחוס"; ווייל דער עיקר יחוס איז דאס וואס מען לערנט און מען דאווענט, און מען טוט גוטע זאכן.


ברודער שטארק זיך.