בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט עצתו אמונה; וואלסטו געוויסט וויפיל מענטשן לעבן אויף די קונטרסים - וואלסטו געטאנצן און געווען פרייליך אז דו האסט א חלק אין מחי' זיין אזויפיל מענטשן.
איך וויל דיר בעטן זאלסט צוריק אנהויבן מיט די עצתו אמונה פאר קינדער, ווייל אז מען לייגט אריין אין קינדער אמונה - וועט זיי דאס בלייבן פאר זייער גאנץ לעבן.
איך וויל אונזערע מלמדים, אונזערע טיטשערס - זאלן לערנען די מעשיות, דערציילן די מעשיות פאר די קינדער. זיי זאלן יעדע וואך נעמען א צווייטע מעשה פון די קינדער עצתו אמונה, דאס קאלערן מיט די קינדער און דאס זינגען מיט די קינדער, דאס אריינבראקן אין זייערע הערצער; וועלן די קינדער אויסוואקסן מיט א שטארקע אמונה.
די וואך זאלסטו לייגן די מעשה פון הייליגן צדיק, דער ריי"ץ פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו, ווי ער האט זיך נישט דערשראקן אין תפיסה ביי די רוסן ווען זיי האבן אים געסטראשעט מיט א ביקס. בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון דער ריי"ץ, ווי מען צילט א ביקס און ער ווייזט מיטן האנט צום הימל.
די מעשה:
די פאליציי קומען אריין און שרייען הויך: "הויב אן רעדן, און אז דו ווילסט נישט רעדן - האבן מיר א וועג דיך צו מאכן רעדן!" דער צדיק דערשרעקט זיך נישט, ער ווייסט דער אייבערשטער איז דא מיט אים און ער היט אים.
די רוסן ימח שמם, די קאמוניסטן, האבן געוואלט אויסרייסן די תורה, זיי האבן פארמאכט אלע ישיבות, אלע חדרים און זיי האבן איינגעשפארט אין תפיסה דעם הייליגן צדיק דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו (ריי"ץ איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען ר'בי י'וסף י'צחק). מען האט אים געהאלטן אין תפיסה, אים געשלאגן און געפייניגט, אבער דער צדיק מאכט זיך נישט וויסנדיג, מען קען אים נישט צעברעכן, ער ווייסט דער אייבערשטער איז מיט אים.
עס קומען אריין די פאליציי און זאגן פארן צדיק: "מיר האבן א טוי וואס האט שוין געמאכט אסאך מענטשן רעדן"; זיי הייבן אן לאכן, איינער ציט ארויס א ריזיגן ביקס און לייגט עס צו צום שטערן פון צדיק און זאגט אים: "אדער געבסטו זיך אונטער, אז נישט - שיס איך דיר צום טויט".
דער צדיק ווערט נישט דערשראקן, אים קען מען נישט דערשרעקן; ער לעבט מיט א שטארקע אמונה. ער זאגט פאר די רוצחים: "דער ביקס קען דערשרעקן נאר איינעם וואס גלייבט אין איין וועלט און האט אסאך גאטן, אבער דער איד וואס גלייבט אין צוויי וועלטן, און ווייסט און גלייבט עס איזי דא נאר איין גאט - אים קען מען נישט דערשרעקן".
דער צדיק איז ארויס פון תפיסה און ווייטער אויפגעשטעלט שטילערהייט ישיבות און חדרים אונטער די ריקן פון די רוסן, די קאמוניסטישע רוצחים, זיין גאנץ לעבן.
טייערע קינדער וואס לערנען מיר זיך פון די מעשה? דאס גרויסקייט פון צדיקים און דאס גרויסקייט פון אמונה; דער וואס האט אמונה קען מען נישט דערשרעקן, ער לעבט און ווייסט אז דער אייבערשטער היט אים און ער בלייבט געטריי דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.