בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער רבי לאזט אונז נישט איינשלאפן
אמונה, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישטא דער און יענער, עס איז אלעס דער אייבערשטער וואס פארשטעלט זיך אין דומם, צומח, חי און אין מדבר. אז דו האסט זיך צוקלעמט דיין פינגער - איז עס נישט פון א טעות און נישט וועגן אים און וועגן דעם, עס איז ווייל מען האט אויסגערופן אין הימל דו זאלסט זיך יעצט צוקלעמען דיין פינגער, און אז דיין קאר האט געכאפט א קראץ און אז א רעדל האט געפלאצט וכו' וכו' - איז עס נישט דער און נישט יענער, עס איז אלעס פון הימל.


וואס איז ברסלב'ע חסידות? דער רבי חזר'ט מיט אונז אמונה, אז דער אייבערשטער פירט אלעס, מאכט אלעס און טוט אלעס. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.


דער רבי לאזט אונז נישט איינשלאפן, דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן לויפן צום אייבערשטן, מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים דאנקען און לויבן; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט די אמונה איינגעבאקן אינעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב) "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


איך בין זיך ממש מחי' צו זיין זומער אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, א פלאץ פון תמימות, א פלאץ פון שמחה, עס איז א מחי' צו זיין דא, מען הערט נאר רעדן איידל, מען הערט נאר רעדן שיין.


היינט נאכט איז דא א פרויען צאמקום, זע צו זיין אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין. עס איז זייער וויכטיג די וועכנטליכע שיעורים, דיין ווייב זאל קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.