בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
צו מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר
איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, איך באוואונדער דיך ווי שיין דו דערהאלטסט זיך, און מיט אזויפיל שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער – ביסטו שטארק ווי אייזן; דו האסט אנגעהויבן צו לערנען פלייסיג און דו דאווענסט, און בעיקר דיינע מידות, דו פירסט זיך שיין צו יעדן.
שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודת השם, ווייל וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן פרובירט מען אויס דעם מענטש מיט שוועריקייטן, מען וויל זען אויב דער מענטש מיינט עס מיט אן ערנסטקייט; דארף מען זיך זייער שטארקן און נישט אפלאזן די גוטע זאכן וואס מען טוט.
טייערער ..., איך האב דיך זייער ליב, איך וויל דו זאלסט מצליח זיין, איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג לערנען "אכצן פרקים משניות", און זאגן די "יום תהלים", זיי נישט מוותר אויף די צוויי לימודים, און אויך די טעג וואס דו קומסט נישט אין ישיבה, צום ביישפיל שבת, ערב שבת, וכדומה, זאלסטו זאגן אכצן פרקים משניות מיטן יום תהלים, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען יעדן טאג אפאר מינוט צו רעדן צום אייבערשטן. אין אנהייב וועט דיר עס זיין שווער, וועסט נישט האבן וואס צו זאגן, וועסט מיינען אז דו רעדסט שוין א שעה, עס וועט זיין אומעטיג; נעם א זייגער, טו עס יעדן טאג מיט א זייגער, פאר דריי מינוט; שמועס אויס אלעס, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים אלעס וואס איז אריבער, און וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר אריבערגיין מיינע שוועריקייטן, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל נישט ווערן צעפאלן".
ליבער ..., אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, מיט לערנען יעדן טאג און מיט זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן – וועסטו אויסוואקסן אן ערליכער איד, דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן שיינע דורות.
דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.