בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך טייערער ברודער, לאז זיך נישט נאך, מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר", ערשט איז פינסטער, אבער נאכדעם ווערט טאג, עס ווערט ליכטיג.
אז עס איז דיר גאר ביטער – זאלטו זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, זאג פארן באשעפער, דערצייל אים ווי עלנד דו ביסט, דערצייל אים די פרטים פון דיין משפחה, וואס גייט איבער אויף דיר, און ווי שווער עס איז דיר צו זיין א בחור, וכל המרבה להתבודד – הרי זה משובח; ווי מער מען שמועסט מיטן באשעפער – ווערט אלעס גרינגער און לייכטער.