בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי
איך האב געהערט אז אייער קינד שפירט זיך נישט גוט; דא האט איר א סגולה פאר א רפואה פאר אים, דער אייבערשטער זאל אים אינגאנצן אויסהיילן.
אמאל איז די צדיקת שרה - דעם הייליגן רבינ'ס טאכטער - זייער קראנק געווארן, און איר טאטע - דער הייליגער רבי - איז איר געקומען באזוכן. דער רבי האט געזען ווי שרה'קע איז אזוי פארשלאַפט האט עס אים זייער וויי געטון, ער האט געהאט גרויס צער. דער רבי איז געזיצן מיט א פארקלעמט הארץ און האט איינגעדרימלט, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו דער זיידע פון רבי'ן - קומט צו אים אין חלום און פרעגט אים: "פארוואס ביסטו אזוי בצער?" האט דער רבי געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב: "איך בין בצער וועגן מיין טאכטער, וואס זי איז אזוי קראנק".
האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזאגט פאר'ן רבי'ן, עס שטייט דאך אין תהילים, אין פסוק (תהילים מג, נא): "מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ וְעֹשֶׂה חֶסֶד לִמְשִׁיחוֹ", די כוונה איז, 'מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת' דער אייבערשטער מאכט גרויסע ישועות, 'מַלְכּוֹ' פאר די צדיקים וואס זיי זענען מלכים (מאן מלכי רבנן [גיטין סב.]) 'וְעֹשֶׂה חֶסֶד' און ער טוט חסד, 'לִמְשִׁיחוֹ' פאר די וואס דערציילן, 'משיח' איז א לשון פון שמועסן, מסיח; דער אייבערשטער מאכט וואונדער פאר די וואס דערציילן מעשיות פון צדיקים, דער בעל שם טוב זאגט פאר'ן רבי'ן: "דורך סיפורי צדיקים וועסטו זען א ישועה".
דער הייליגער רבי וועקט זיך אויף און הויבט אן דערציילן א מעשה פונעם הייליגן צדיק, דער מהרש"א (מ'ורינו ה'רב ר'בי ש'מואל א'ליעזר א'יידליס) זכותו יגן עלינו. אין די צייטן פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א איז געווען אין די שטאט אוסטרהא - די שטאט וואו דער מוהרש"א איז געווען דער רב - א גרויסע קלויסטער, דארט איז געווען א שרעקליכע טומאה, און נישט ווייט פון די קלויסטער האט זיך געפינען דער אידישער בית החיים פון די שטאט אוסטרהא, און יעדע מאל עס פלעגט זיין א לוי' פלעגט מען דארפן אריבערגיין די קלויסטער, און די גלעקלעך פון די קלויסטער פלעגן זיך צוקלינגען און פארכאפן די מענטשן אין די טומאה.
דער הייליגער מהרש"א האט געוויסט פון די טומאה, האט ער באפוילן, ווען עס וועט קומען די צייט ער וועט אוועקגיין פון די וועלט און מען וועט אריבערגיין מיט זיין מיטה דעם קלויסטער זאל מען לייגן אויפ'ן בעט זיין הייליגן ספר חידושי מהרש"א. אזוי איז טאקע געווען, דער הייליגער מהרש"א איז נפטר געווארן און מען האט געפירט זיין מיטה דורך דעם שרעקליכן טומאה, און אין די מינוט וואס די מיטה איז אריבער די טומאה און די גלעקלעך האבן אנגעהויבן זינגען - האט דער הייליגער מוהרש"א זיך אויפגעזעצט אויף זיין בעט און אנגעהויבן מישן די בלעטער פון זיין הייליגן ספר. דער גאנצער עולם קוקט זיך צו, עס איז א פחד א שרעק צו זען דעם הייליגן מהרש"א נאכן פטירה זיצן און מישן די בלעטער, און אזוי מישנדיג זעט מען א שרעקליכע זאך, די קלויסטער הויבט אן איינזינקען אין דער ערד, יעדע בלאט וואס דער מוהרש"א מישט - גייט אראפ די גאנצע טומאה מער און מער מיט אלע מענטשן, מיט אלע חפצים; ביז מען האט איר שוין מער נישט געזען און עס איז געבליבן א זכר, א סימן - דארט ארום די פלאץ עד היום הזה.
ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט שרה'קע זיך שוין אנגעהויבן גוט צו שפירן, און זי פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פאר אנדערע קראנקע וואס האבן געדארפט א רפואה, אויך רבי נחמן טולטשינער פלעגט די מעשה דערציילן פאר חולים.
דערצייל אים די מעשה, און דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק.