בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ווען דו וואלסט געוואוסט דיין גרויסקייט אין הימל מיט דעם וואס דו דרוקסט די בריוו פון עצתו אמונה און דו ביסט עס מסדר אזוי הערליך שיין; מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו, מענטשן הויבן אן לעבן דורך די בריוו - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה.
איך ווייס אז דער יצר הרע ארבעט אויף דיר, ער לאקערט אויף דיר, ער וויל דיר מחליש דעת זיין וכו' מיט בלבולים וכו'; בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן צעברעכן און זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דרוקן די בריוו. הלואי ווען דו קענסט יעדע וואך ארויסגעבן א גאנצע קונטרס, אז די מפיצים זאלן דאס קענען פארשפרייטן פאר אלעמען.
שטארק זיך; דו וועסט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך און זען נחת ביי זיי. דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז זוכה אנצוקומען צו מדריגות וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ווייל ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", און ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך; זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דרוקן די בריוו, דאס שיין מסדר זיין און וואס מער פארשפרייטן. ווייל די בריוון זענען מחזק צעבראכענע בחורים און צעבראכענע מיידלעך וואס האבן זיך שוין מייאש געווען פון זייער לעבן, און דייקא די בריוון רעדט זיי און איז זיי מחזק.
דראפע זיך און דערהאלט זיך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.