בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
איך וויל דיר שטארקן דו זאלסט האבן כח אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט.
זיין א מלמד איז פון די הייליגסטע זאכן, די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא (שבת קיט:); דעריבער בעט איך דיר ליבער ברודער, טראכט נישט פאר קיין איין רגע אפצולאזן די הייליגע ארבעט, טראכט נישט 'אנדערע ארבעטן נישט אזוי שווער ווי א מלמד'; יעדער מוטשעט זיך, יעדער פלאגט זיך; איינער ביי די ארבעט, א צווייטער מיט די קינדער, איינער מיט די ווייב און א פערטער - מיט זיך אליינס; יעדער איינער בזה העולם מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם" (בראשית ג, יט), מען דארף אסאך שוויצן ביז מען ברענגט אהיים פאר די משפחה ברויט, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה" (ברכות יז.), וואויל איז אונז וואס אונזער פלאג גייט אוועק מיט גוטע זאכן, זאכן וואס בלייבן; אויפבויען אידישע קינדער.
האב רחמנות אויף די קינדער; מען דארף טאקע זיין שטרענג, בפרט אנהייב יאר דארף מען אוועקשטעלן א שטארקע דיסציפלין, א דרך ארץ, אבער זיי מטה כלפי חסד, מאך נישט יעדן איינעם פאר א מחוצף. געדענק דיינע קינדערישע יארן, דו ביסט אויך געווען א קינד, איך בין אויך געווען א קינד, מיר זענען אלע געווען אמאל נישט דערוואקסן. האב ליב די קינדער אפילו זיי מאכן זיך קינדיש וכו', מלמדות איז א חכמה ואינה מלאכה.
בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, בעט דעם אייבערשטן פאר זייער הצלחה.
איך האב דיר זייער ליב.