בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האב נישט קיין איבריג צייט צו רעדן מיט יעדן
שלום בית, שאלות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה אז איר זענט אין אונזער קהלה.


איך ווייס נישט פארוואס איר שפירט ווי איר זענט נישט א חלק פון די קהלה; איר דארפט פארשטיין אז איך האב נישט קיין צייט צו רעדן, איך קען נישט אויפנעמען צו שמועסן בפרט ווען עס איז נישט וויכטיג וכו'. איר האט א מאן, איר קענט מיט אים שמועסן. איך בין זייער פארנומען מיט די בחורים, מיט די תלמוד תורה און מיידל סקול; דאס דארף אייך נישט מאכן טראכטן אז איר זענט נישט נאנט.


ווען איר ווילט עפעס פרעגן קענט איר שיקן אייער מאן אין ישיבה מיר פרעגן. אויב איז דאס א זאך וואס איר האט צווישן אייך און אייער מאן און איר שפירט ווי איר קענט דאס נישט פרעגן דורך אייער מאן וכו' קענט איר מיר שרייבן פריוואט און איך וועל אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענטפערן.


שטארקטס אייך, וואס איר דארפט און וואס איר ווילט - זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס.


רעדטס צום אייבערשטן אויף אייער שפראך; דער אייבערשטער פארשטייט און הערט אויס אלע שפראכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, טז): אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", עס איז געווען א מעשה מיט א שיף וואס דערויף זענען געפארן גוים, נאר איין איד האט זיך געפונען אויף דעם שיף; אינמיטן וועג איז דער שיף פארבלאנזשעט געווארן און איז אנגעקומען צו א פרעמדע לאנד, נאכן אנקערן זענען די גוים צוגעקומען צום איד און אים געבעטן: "מיר בעטן אייך, נעמט פון אונז געלט און קויפט פאר אונז עסן, ווייל מיר הונגערן שוין א לאנגע צייט", האט דער איד געקוקט אויף זיי מיט וואונדער און געפרעגט: "בין איך דען נישט קיין גאסט דא פונקט ווי אייך? איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך בין א פרעמדער דא פונקט ווי אייך..." האבן אים די גוים פארגעהאלטן און געזאגט: "יֵּשׁ יְהוּדִי אַכְסְנַאי? בְּכָל מָקוֹם שֶׁאַתָּה הוֹלֵךְ אֱלֹקֶיךָ עִמְּךָ", וואס הייסט א איד איז פרעמד? וואו א איד גייט איז דער אייבערשטער מיט אים; אזוי ווי עס שטייט: "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו", ווייל וואו א איד געפונט זיך איז דער אייבערשטער מיט אים און אויף וואסערע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן - ענטפערט ער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו - בְּכָל לָשׁוֹן שֶׁיִּשְׂרָאֵל קוֹרְאִין לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹנֶה אוֹתָם", אויף יעדע שפראך וואס מיר רעדן צום אייבערשטן ענטפערט ער אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.