בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
בארג נישט קיין געלט, האבן חובות – איז א קללה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז מיר זאלן לעבן ריכטיג, מיר זאלן לעבן מיט אן אויסגערעכנקייט, און חס ושלום בארגן און נישט באצאלן, און אפילו מען דארף וויכטיג קויפן נייע בגדים, נייע כלים אין שטוב, האט דער הייליגער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכב), ענדערש זיך אליינס זיין שולדיג, ווי איידער זיין שולדיג פאר אנדערע, ווייל זיין שולדיג חובות נעמט איבער דעם מח, מען קען נישט דינען דעם אייבערשטן, מען פאלט פון תורה, תפילה און אלע הייליגקייטן.
אויך יעצט ווען מיר מאכן די הכנות פאר ראש השנה צו פארן צום רבי'ן, מען דארף געלט פאר א פאספארט, פאר זיך, פאר די קינדער, מען דארף געלט פאר טיקעטס פאר זיך, פאר די קינדער – זאלסטו נישט בארגן, ענדערש פרעג ביי דיין משפחה און חברים ווער עס וויל צושטייער געבן פאר דיין נסיעה און מיט שיקן א קוויטל און דו וועסט זאגן לזכותו דעם תיקון הכללי; אזויפיל מענטשן ווילן קומען קיין אומאן און ביז דערווייל זענען זיי נאכנישט גרייט צו קומען און זיי ווילן ביישטייערן פאר ברסלב'ע חסידים וואס פארן.