בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר האט מיר מחי' געווען מיט די בריוו; טאג און נאכט הער איך נאר יעדנ'ס קרעכצן און יעדנ'ס פראבלעמען, רוב מענטשן קומען נישט דערציילן זייער גוטע לעבן, מען קומט נאר קרעכצן. מען שרייבט בריוו אין וואס דער מאן האט טענות אויף די ווייב און די ווייב האט טענות אויפ'ן מאן, און פון אייך האב איך באקומען אזא שיינע הארציגע בריוו וואו איר שרייבט אז איר זענט צופרידן און איר זענט גליקליך אן א שיעור אז אייער מאן לערנט און העלפט אייך, הלואי זאל איך באקומען פון אלעמען אזעלכע בריוו, הלואי זאל זיין ליכטיג ביי אלעמען.
בנוגע וואס דער דאקטער זאגט וכו'; איר דארפט גארנישט טון, דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט זיין מיט א גוטע מזל אין א גוטע שעה. אז איר ווילט גיין יעדע פאר טעג קוקן אויב אלעס איז בסדר קענט איר גיין, ווידער אז איר זענט רואיג און איר ווילט נישט גיין דארפט איר נישט גיין; דאס ווענדט זיך אין אייך.
הערטס נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן וועט דער אייבערשטער מאכן מיט אייך גרויסע ניסים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז קאפיטל ק' - "מזמור לתודה" איז מסוגל צו געבוירן גרינג דאס קינד; ווייל אז מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - דאס עפנט אויף אלע טויערן און מען איז זוכה צו א גרינגע לידה, זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען און לויבן, לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, דאס וועט אייך העלפן צו האבן גרינג אין א גוטע מזל.
יעדן טאג זאלט איר זאגן דעם קאפיטל און נאכדעם זאלט איר בעטן די תפילה:
"מִזְמוֹר לְתוֹדָה הָרִיעוּ לַיהוָה כָּל הָאָרֶץ, עִבְדוּ אֶת יְהוָה בְּשִׂמְחָה בֹּאוּ לְפָנָיו בִּרְנָנָה, דְּעוּ כִּי יְהוָה הוּא אֱלֹהִים הוּא עָשָׂנוּ וְלוֹ אֲנַחְנוּ עַמּוֹ וְצֹאן מַרְעִיתוֹ, בֹּאוּ שְׁעָרָיו בְּתוֹדָה חֲצֵרֹתָיו בִּתְהִלָּה הוֹדוּ לוֹ בָּרְכוּ שְׁמוֹ, כִּי טוֹב יְהוָֹה לְעוֹלָם חַסְדּוֹ וְעַד דֹּר וָדֹר אֱמוּנָתוֹ.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געבוירן גרינג און האבן גרינג, אלעס זאל זיין גוט, איך זאל זיך נישט מוטשען. בזכות אברהם אבינו, בזכות יצחק אבינו, בזכות יעקב אבינו, בזכות משה רבינו, בזכות אהרן הכהן, בזכות יוסף הצדיק, בזכות דוד המלך, בזכות שלמה המלך, בזכות רבי שמעון בר יוחאי, בזכות רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות רבי נחמן בן פיגא מברסלב, בזכות רבי נתן מברסלב, בזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב, יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.