בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די הונדערטסטע קונטרס עצתו אמונה מתורגם
אמונה, הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, און אלע וואס נעמען א טייל אין די הייליגע ארבעט פון מתרגם זיין און פארשפרייטן די בריוו פון ספר עצתו אמונה און איש אמונות.


הודו לה' כי טוב אז מיר האלטן שוין דא, מען האט יעצט געענדיגט מתרגם זיין די הונדערטסטע קונטרס עצתו אמונה; די ליכטיגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א מהפכה די קונטרסים מאכן; הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים וועכנטליך, דאס געבט זיי חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן ביי די אמונה.


וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק אין פארשפרייטן די זיסע טרינקען פונעם נחל נובע מקור חכמה, דעם רבינ'ס עצות. אנגעהויבן מיט'ן מתרגם זיין, דרוקן און פארשפרייטן.


מיר מוזן דאס טון, מיר מוזן האבן א חלק אין הפצה. רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין הפצה; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


טייערע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל ודי בכל אתר ואתר, מיר מוזן עוסק זיין אין הפצה; עס איז א שרעקעדיגע צייט, אידישע קינדער פאלן נעבעך, מען איז שוואך אין אמונה, מען פאלט אוועק רחמנא לצלן. מיר מוזן פארשפרייטן די קונטרסים, גליונות און ספרים, די ריינע לויטערע אמונה. דער רבי דערציילט אונז (ספורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן אנטרינקען ביימער; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: אנטרינקען ביימער"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


איך קום אם ירצה ה' גלייך נאך פורים צו ענק קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.