בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די הייליגע מינוטן ביים מגילה ליינען
תפילות אויף אידיש, פורים, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים ביינאכט ביים ליינען די מגילה זאלסטו אויסניצן די הייליגע מינוטן, און ווען דער בעל קורא גרייט זיך אנצוהייבן די מגילה – זאלסטו זאגן א שטילע קורצע תפילה צום אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, יעצט ווען מען גייט ליינען די מגילה זאלסטו מיר העלפן איך זאל קענען יוצא זיין די מצוה, הערן יעדעס ווארט, און זוכה זיין צו באקומען אלע הייליגקייטן וואס קומען אראפ אויף די וועלט ביים ליינען די מגילה".


און ביים אויסהערן די מגילה זאלסטו נישט קוקן אויף חברים וכו', נאכן מגילה ליינען קען מען אלעס ערלעדיגן, יעצט קוקט מען נאר אין די מגילה אדער אינעם חומש, און אויך ביים קלאפן "המן" זאלסטו נישט מאכן קיין ליצנות פון די מגילה, נישט ארומלאכן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה", די אויגן פון די ארעמעלייט קוקן ארויס און ווארטן ווען וועט מען שוין ליינען די מגילה צו באקומען מתנות לאביונים; צדיקים טייטשן, דאס מיינט מען אונז, וואס מיר זענען עניים בדעת, יעדער איינער אין זיינע נסיונות, און ביים מגילה ליינען איז מען זוכה ארויסצוגיין פון די אלע ארעמקייטן.


וואויל איז דעם וואס ניצט אויס די צייט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף וואס ער דארף, וועט ער זוכה זיין צו באקומען גוטע מתנות לאביונים, ער וועט ווערן אויס ארעם, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.