בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - ווי אזוי מעקט מען אויס עמלק?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, שלום בית, התחזקות, תשובה, ארץ ישראל, אחדות, פורים, שבת זכור, מגילה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, שבת זכור, י"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל זיך שוין טרעפן מיט יעדן איינעם פון ענק, בפרט מיט די תלמידים; סיי די בחורים אין ישיבה, און מיט די תלמידים פון חדר; איך באקום גוטע גריסן אויף די בחורים און אויף די קינדער, איך האלט מיט פון דערווייטנס אלעס, איך האב גרויס נחת.


איך וויל ענק שרייבן אפאר ווערטער וואס מיר האבן גערעדט דעם ליל שישי, מיר האבן גערעדט אז מיר דארפן זיך זייער פרייען אז די וואך זענען מיר זוכה, מיר זענען מקיים די מצוה פון אויסמעקן עמלק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, ד): "אָמְרוּ יִשְׂרָאֵל", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", הייליגער באשעפער דו זאגסט אונז מיר זאלן אויסמעקן עמלק, מיר קענען נישט, "אוֹמֵר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה, וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", זאגט דער אייבערשטער, ענק זאלן ליינען די פרשה פון די מצוה פון אויסמעקן עמלק און איך וועל שוין טון דאס איבריגע, איך וועל אים אויסמעקן.


דאס איז מורא'דיגע חיזוק פאר אונז, ווען מיר זעען ווי שטארק די נסיונות זענען, מען שפירט ווי מען קען נישט באזיגן דעם יצר הרע און מען שרייט: "אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", באשעפער איך קען נישט באזיגן דעם יצר הרע, דעם עמלק; דארף מען זיך מחזק זיין, דער אייבערשטער זאגט: "תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה", דו בעט און בעט, דו שריי און שריי, "וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", און איך וועל דיר העלפן; דער אייבערשטער וויל נאר מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים בעטן.


אויך האבן מיר גערעדט אז עס קומט א הייליגע טאג, דער יום טוב פורים, מען זעט עפעס גרויסע זאכן טוט זיך פורים, אפילו מענטשן וואס א גאנץ יאר טאנצן זיי נישט און זענען נישט פרייליך, ווען עס קומט פורים - טאנצן אלע; אלע שמייכלען, אלע זינגען, אלע רעדן פון באשעפער, עס איז זייער א הייליגע טאג, אלעס קען מען פועל'ן מיט טאנצן און מיט שמחה, דער אייבערשטער זאל העלפן יעדער זאל פועל'ן אלעס וואס ער דארף; מיט שמחה, מיט פאטשן און טאנצן - קען מען אלעס פועל'ן.


איך וויל דיר בעטן איין זאך, געב אכטונג אויף דיין שלום בית, רעד מיט דרך ארץ אין שטוב, רעד שיין, ווייך און איידל. אויף שלום בית זאלט איר דאס מערסטע אכטונג געבן, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח, קדושת מרדכי ואסתר. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען דינען דעם אייבערשטן אין שטוב, מיט א ווייב, מיט קינדער. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט נישט האבן צוטון מיט די ווילדע מעשיות פון איבערלאזן די ווייב אליין אין שטוב, זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט; דינט דעם אייבערשטן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


נאך איין זאך, האטס ענק ליב, זוכט ליבשאפט, גייט שרייען צום אייבערשטן: "'כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי וְעַמִּי לְהַשְׁמִיד לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד' (אסתר ז, ד), הייליגער באשעפער המן וויל מיך הרג'ענען, הייליגער באשעפער איך בין אזא רחמנות, איך בין פארנומען מיט דעם, מיט יענעם, ווען איך אליין בין נאך אזוי ווייט! הייליגער באשעפער וואס וועט דא זיין מיט מיר? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו געדענקען אז איך בין דא א גאסט און נאך אביסל וועט מען מיך אוועק לייגן אין א ווינקל אין פעלד און עס וועלן וואקסן גראז אויף מיר, איז וואס בין איך פארנומען מיט דעם, מיט יענעם?" אזוי זאלט איר שרייען צום אייבערשטן טאג נאך טאג, און אזוי וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען.


די הייליגע מגילה, די זיסע מגילה, די ווערטער וואס אסתר בעט דעם קעניג - די ווערטער דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן (אסתר ח, ג): "'לְהַעֲבִיר אֶת רָעַת הָמָן הָאֲגָגִי, וְאֵת מַחֲשַׁבְתּוֹ', ווי קען מען אוועק נעמען די שלעכטע מחשבות, העלף מיר באשעפער, ראטעווע מיך פון עבירות".


אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן יעדן טאג גיין התבודדות, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אונז מקרב זיין צו אים - וועלן מיר זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן בזה ובבא.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן פורים.

#4 - די לימודים פון מרדכי און אסתר
פורים, תפילה, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב פורים, עס קומט אראפ די הייליגקייט פון מרדכי ואסתר; קענען מיר זיך מיט כאפן און אויך זוכה זיין צו די לימודים פון מרדכי ואסתר. דער הייליגער רבי לערנט אונז די לימודים פון מרדכי ואסתר, מען זאל דאווענען, בעטן דעם אייבערשטן; מרדכי ואסתר האבן געוויזן פאר יעדן אז עס איז דא תפילה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יב:): "האיר עיניהם של ישראל בתפלתו", מרדכי הצדיק האט ליכטיגע געמאכט פאר די אידן מיטן אויסלערנען אז עס איז דא תפילה, נישטא אזא זאך ווי אויפגעבן, אפילו די גזירה איז שוין גע'חתמ'עט, אבער תפילה איז שטערקער.


אויך אסתר המלכה, איר גאנצע זאך איז געווען אויסלערנען מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף א בשר ודם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, טו:) פארוואס האט אסתר געבעטן אחשורוש צו רופן המן צו די סעודה? ווייל זי האט געוואלט דערשרעקן די אידן, זי האט געוויסט אז די אידן דאווענען נישט צום אייבערשטן פאר די גזירה, זיי טראכטן "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן א שוועסטער אין קעניג'ס פאלאץ, "ויסיחו דעתן מן הרחמים", און זיי בעטן נישט דעם אייבערשטן, און אז זיי זעען אז אסתר איז נאנט מיט המן זעען זיי אז מען קען זיך נישט פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן.


יעצט איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו אפלאזן אלע שטותים, אויפהערן זיך פארזיכערן אויף דעם און אויף יענעם, נאר עוסק זיין אין תפילה, נאר עוסק זיין אין התבודדות.

#3 - די עצה פון המן ארבעט נישט
פורים, התבודדות, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב פורים, מען קען זיך דערנענטערן צום אייבערשטן דורך מרדכי הצדיק וואס לערנט אונז מיר זאלן שטענדיג גיין צום אייבערשטן, די גאנצע מגילה דרייט זיך ארום מיט די ווערטער (אסתר ה, יג): "מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ", מרדכי זיצט ביים טויער פון קעניג, מרדכי גייט אלץ צוריק צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, פרוביר אויס די עצה פון מרדכי הצדיק, פון גיין צום אייבערשטן. די עצה פון המן ארבעט נישט, זיין טרויעריג, "אָבֵל וַחֲפוּי רֹאשׁ" (שם ו, יב), - דאס ארבעט נישט; די עצה פון צדיקים, זיך נישט מייאש זיין פון גיין צום אייבערשטן – די עצה העלפט.


פורים אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה און גיין א שפאציר, התבודדות; זיך אויסבעטן זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.

#2 - נעם צאם אנשי שלומינו אין שטעטל אום פורים
שטעטל, פורים, התבודדות, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס קומט דער הייליגער יום טוב פורים, מען גייט ליינען די הייליגע מגילה. צדיקים זאגן עס לוינט אריבער צו גיין אלעס וואס מען גייט אריבער, אבי זוכה זיין צו הערן איין מאל די מגילה. בשעת'ן ליינען די מגילה קומט אראפ אזא הייליגקייט, מען קען זיך אזוי דערנענטערן צום אייבערשטן, מען איז זוכה צו תשובה מאהבה, אלע עבירות ווערן זכיות.


עס לוינט נישט זיך אריין צו שלעפן אין שטאט, גלייב מיר, פרייליך איז נישט די פלאץ, פרייליך איז אין הארץ. נעם צאם אנשי שלומינו אין שטעטל, דאווענט מנחה, מאכט א סעודה, טרינקט וויין און טאנצט "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", וואו מען איז קען מען זיין פרייליך, און וואו מען רעדט פון רבי'ן – דארט איז דער רבי.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, זיץ צווישן די ביימער און שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#1 - מען קלאטש ביי "המלך" פון די מגילה
ראש השנה, פורים, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


עס קומט דער גרויסער טאג פורים, מען גייט ליינען די מגילה. ביי אנשי שלומינו איז דער מנהג, ווען דער בעל קורא זאגט די ווערטער (אסתר ו, א): "בַּלַּיְלָה הַהוּא נָדְדָה שְׁנַת הַמֶּלֶךְ" – פאטשט מען און מען קלאטשט, מען דערמאנט זיך פון ראש השנה, פון 'המלך' וואס מען פאטשט, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען זיין ביים רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.


אנשי שלומינו ווארטן צו הערן פון דיר וואס זענען די פלענער פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, ביטע מודיע זיין די פלענער אז מען זאל זיך קענען גרייטן מיט די פלענער.