בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די הייליגע שבועות נאכט
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווארף אוועק די וועי"פ, וועי"פ מער נישט, עס איז סכנת נפשות, מען ווערט צו דעם אזוי שטארק צוגעבינדן, מען קען זיך נישט שיידן פון דעם סיי ביים אויפזיין, סיי ביים שלאפן, און עס קען אפילו ברענגען דעם מענטש צו חילול שבת רחמנא לצלן, אזוי ווי צענדליגע מענטש זאגן, אז זיי קענען נישט אנגיין אן דעם, און עס ברענגט זיי צו חילול שבת קודש רחמנא לצלן.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, איך וויל דיר בעטן, נאך די סעודה זאלסטו נישט בטל'ען קיין צייט, די נאכט פון שבועות איז זייער הייליג. מוהרא"ש זאגט, וואס מען בעט שבועות ביינאכט - פועל'ט מען, מען זעט וואונדער; זאלסטו אויסניצן די נאכט מיט הייליגע זאכן, מיט זאגן דעם 'תיקון ליל שבועות', און מיט 'התבודדות'; בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט, און איך בעט דיר זייער זאלסט נישט גיין מיט חברים רייכערן חס ושלום, עס איז חילול יום טוב, מען טאר נישט רייכערן יום טוב, און אויב דאס וועסטו טון אין די הייליגע נאכט - איז שוין בעסער זאלסט גיין שלאפן ווי קומען צו חילול יום טוב.


אויך א גאנץ יאר איז נישט גוט צו רייכערן, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן סימן רעג, תעב), מען זאל נישט רייכערן; און זיכער ווען עס קומט יום טוב טאר מען נישט רייכערן, עס איז חילול יום טוב.


זאג די 'תיקון ליל שבועות'; דער עיקר תיקון איז זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק פון תורה נביאים וכתובים, דאס נעמט נישט לאנג, און ווען דו ענדיגסט - זאלסטו איבערגיין די תרי"ג מצוות, און אז עס איז דיר געבליבן צייט - זאלסטו זוכן א ווינקל וואו צו גיין התבודדות, וואו דו קענסט זיך אויסבעטן פאר א גוטע שידוך און פאר אלעס וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.