בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר
שלמה המלך זאגט (משלי כה, כא): "אִם רָעֵב שֹׂנַאֲךָ", ווען דיין פיינט איז הונגעריג, "הַאֲכִלֵהוּ לָחֶם", געב אים צו עסן ברויט, "וְאִם צָמֵא", און אויב ער איז דורשטיג, "הַשְׁקֵהוּ מָיִם", טרונק אים אן מיט וואסער.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.) ווער איז דער פיינט? דער פיינט מיינט מען דעם יצר הרע, "אִם רָעֵב שֹׂנַאֲךָ", אויב דער יצר הרע מאכט דיך הונגעריג צו טון עבירות רחמנא ליצלן, "וְאִם צָמֵא", ער מאכט דיך דורשטיג צו שלעכטס – איז דא איין עצה, "הַאֲכִלֵהוּ לָחֶם", געב אים עסן ברויט, דאס מיינט מען די הייליגע תורה, "הַשְׁקֵהוּ מָיִם", טרונק אים אן מיט וואסער, דאס מיינט מען די הייליגע תורה, דאס קילט אפ די פייער פון טון עבירות. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט) וואס זאל מען טון ווען מען פאלט אין עבירות? וואס זאל מען טון ווען מען האט א ברענעדיגע יצר הרע? וואס זאל מען טון ווען מען קוקט זיך אן ווי מען האלט אין איין אראפפאלן? "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ", אויב מען וועט לערנען תורה, "בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה", וועט מען ארויסגיין פון די עבירות.
נאך זאגט דער רבי (שם, סימן כג), וואויל איז דער וואס איז זוכה צו עסן יעדן טאג כמה פרקים משניות און צו טרינקען אפאר קאפיטלעך תהילים; דאס איז מרומז אין דעם פסוק, דורך עסן משניות און טרינקען תהילים קען מען זיך ראטעווען פונעם שונא.
וואויל איז דעם וואס פאלגט און טוט די עצות, וועט אים זיין גוט בזה ובבא, אמן.