בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איך האב שוין גערעדט מיט דיין ווייב פאר צוויי יאר צוריק נאכדעם וואס זי האט זיך דערוואוסט אז דו קוקסט ניאוף, זי האט דעמאלט אזוי געוויינט, זי האט נישט גע'חלומ'ט אין איר לעבן אז דו קוקסט די שרעקליכע זאכן ווען פון אינדרויסן זעסטו אויס א חסידי'שער אינגערמאן, זי האט נישט געוואלט ווייטער ממשיך זיין. איך האב זייער אסאך געדארפט רעדן מיט איר זי זאל דיך דן זיין לכף זכות אז דו ביסט אריינגעפאלן אין דעם, און עכט ביסטו א גוטער מענטש, און דו האסט מיר צוגעזאגט אז דו טוסט תשובה, דו גייסט מער נישט קוקן.
יעצט זעסטו אז דו ביסט ווייטער אין די טיפע אפגרונד, דו קוקסט דאס ווייטער, וויינט זי: "ווי אזוי קען איך לעבן מיט אזא איינעם? ווי אזוי קען איך שעצן אזא איינעם?" איך ווייס איר נישט וואס צו זאגן, איך האב אזוי רחמנות אויף איר, און אויך האב איך זייער רחמנות אויף דיר, אז דו ביסט אין אזא טיפע בלאטע, דו ביסט ממש משוגע, נאכדעם וואס דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער לאזטו דאס אפ און דו קוקסט רחמנא לצלן דאס ערגסטע פון דאס ערגסטע, די נידעריגסטע שמוץ, דריי מאל שמוץ; וואס זאל איך איר זאגן? אדרבה, זאג מיר דו, וואס קען איך איר זאגן? זי זאגט: "ווי קען איך קאכן און באקן, ווי קען איך וואשן וועש, און לעבן וכו' - מיט איינעם וואס איז אזוי טיף אין בלאטע?"
טו תשובה, אז נישט וועט זיין זייער ביטער.
.