בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מצליח זיין
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לייג די מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"עפן שוין אויף די פעסער, אז נישט וועלן מיר דאס אליינס עפענען!" האבן געשריגן די וועכטער, רבי דוד ווייסט נישט וואס צו טון, ער האט אין די פעסער וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אזוי געפלאגט צו מאכן די וויין מיט אלע חומרות, מיט אלע הידורים; לאנגע חדשים וואס ער איז ווייט אוועק פון שטוב צו קענען מאכן כשר'ע וויין פאר זיין הייליגע רבי דער הייליגער בעל שם טוב.


'וואס טוט מען?' טראכט רבי דוד פון מיקולייב, 'איך האב זייער מורא אז די וועכטער וועלן דאס מנסך זיין'; קינדער איר ווייסט אז אויב א גוי רירט אן וויין - ווערט דאס יין נסך, עס ווערט אסור צו טרינקן, מען דארף דאס אויסגיסן; 'וואס טו איך דא?' רבי דוד טראכט וואס צו טון, די וועכטער שרייען אויף אים: "עפן שוין די פעסער אז נישט וועלן מיר דאס אליינס עפענען!" די וועכטער לויפן ארויף אויפ'ן וואגן, זיי עפענען די פעסער און לייגן אריין זייערע הענט, זיי האבן מנסך געווען די וויין!


רבי דוד קומט אן קיין מעזעבוז, ער קומט אריין אין שטוב פון הייליגן בעל שם טוב און פלאצט אויס אין א געוויין: "רבי, וואס איז דאס? פארוואס האט דאס פאסירט? איך האב זיך אזוי לאנג געמוטשעט צו מאכן וויין פאר'ן רבי'ן און יעצט דארף איך דאס אלעס אוועקגיסן!" רבי דוד וויינט, ער קען זיך נישט בארואיגן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט אים: "האסט טאקע געמאכט די וויין מיט אלע חומרות, מיט אלע דקדוקים, מיט אלע כוונות, אבער איין זאך האסטו נישט געטון, איין זאך האסטו פארגעסן, האסט פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן, איידער דו האסט זיך ארויסגעלאזט אויף די נסועה צו מאכן די וויין וואלסטו געדארפט בעטן דעם אייבערשטן 'הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך פאר יעצט מאכן וויין פאר מיין רבי, העלף מיר איך זאל מצליח זיין, העלף די וויין זאל אויסקומען גוט, מיין רבי זאל הנאה האבן פון דעם'".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש דערציילן יעדעס יאר פסח פאר אנשי שלומינו ארינצוברענגען אין אונז מיר זאלן געדענקען שטענדיג צו בעטן דעם אייבערשטן, ווייל אן תפילה איז מען נישט מצליח; אפילו מען פלאגט זיך, מען טוט אלעס אזוי ווי מען דארף, אויב פארגעסט מען צו בעטן דעם אייבערשטן וועט מען נישט מצליח זיין.


מאך א בילד ווי א איד וויינט נעבן א וואגן, אויפ'ן וואגן ליגט צוויי גרויסע פעסער, און א וועכטער, א גוי מיט גרויסע שנויצן טרינקט מיט א גלעזל רויטע וויין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.