בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן
משניות, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די הערליכע נייעס אז דו האסט שוין זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן צוויי מאל ששה סדרי משנה; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט, א קינד פון עלף יאר אלט זאל שוין האבן געענדיגט צוויי מאל ששה סדרי משנה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן פאר די בחורים אין ישיבה, ווען מען האט אים דערציילט א סיום משניות פלעגט ער זאגן: "גייט ארויס אין גאס, שטעלט אפ א מענטש און פרעגט אים צי ער האט שוין געענדיגט משניות, וועט ער קוקן אויף דיר ווי דו ביסט געפאלן פון די לבנה", און ברוך השם דו נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן.


אויף דיין פראגע וועגן שמירת עיניים וכו'; יעדעס מאל פאר דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו זיך שטעלן ביי די מזוזה, לייג דיין הענט אויף די מזוזה און בעט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל נישט נכשל ווערן אין קוקן וואו מען טאר נישט, הייליגער באשעפער העלף איך זאל צוריק קומען בשלום", און זאג דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", וואס דאס איז מסוגל צו האבן ריינע אויגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה" וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן - ווען מען גייט אין גאס - מיט ראיות אסורות זאל מען זאגן פאר מען גייט ארויס פון שטוב דעם אויבנדערמאנטן פסוק, דורך דעם וועט ער געראטעוועט ווערן.


ווען דו גייסט נאכאמאל צום ציון פון מוהרא"ש זכרונו לברכה בעט איך דיר זאלסט מיר מזכיר זיין ביים ציון און בעטן פאר מיר, מיין נאמען איז יואל בן ריצא רעכיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.