בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר
דארפסט זיך זייער זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט, דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' ומחזק מיט די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה; די בריוו בלאזט אריין אין זיי חיזוק, און עס ווייזט זיי די וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.
די וואך וויל איך מאכן א מעשה פאר קינדערלעך פון די גרויסקייט פון מקוה, מיר מוזן ארויסגעבן ספרים פאר די יוגנט פון יראת שמים, ווייל ווי מער יראת שמים מען לייגט אריין אין די יוגנט, אלס גרינגער וועט זיין פאר זיי שפעטער ווען מען ווערט עלטער זיך צו שטארקן אויף די נסיונות.
בעט דעם מעלער זאל דיר מאלן א בילד ווי רבי נתן שטייט נעבן א מקוה, מיט א האנטוך אויף די פלייצע, און מיט די הענט איז ער מסביר און ער געבט עפעס צו פארשטיין פאר נאך צוויי דריי תלמידים וואס שטייען נעבן אים.
מען דארף זען עפעס צו טון, מען טאר דאס נישט צולאזן אז רבי נתן זאל גיין זיך טובל'ן יעצט ווינטער אין די אייזיגע טייך, ספעציעל די יאר, שנת תר"ה, וואס עס האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכע פארסט אין אוקריינע, עס איז שוין לאנגע נישט געווען אזא קאלטע ווינטער, און אונזער רבי רבי נתן איז שוין נישט קיין אינגערמאן, ער איז פינף און זעכציג יאר, און ער פלאנט צו גיין שבת צופרי זיך טובל'ן אין טייך.
טייערע קינדער, געווען איז די מעשה צוויי וואכן איידער רבי נתן איז אוועק פון די וועלט, עס איז אנגעקומען די נייעס אז די דאך פון די מקוה איז איינגעפאלן, פרייטאג צו נאכטס האט די גאנצע שטאט ברסלב געשמועסט: "וואס וועט מען טון מארגן, שבת אינדערפרי? מען וועט נישט קענען ניצן די מקוה", און דעמאלט האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט, אז ער גייט נישט מוותר זיין אויף זיך טובל'ן אין מקוה, ער איז גרייט אפילו צו גיין אין די אייזיגע טייך.
שפעטער האט מען געהערט אז די דאך איז איינגעפאלן נאר אין די פאדערשטע צימער, און מען קען יא ניצן די ווארעמע מקוה. דעמאלט האט רבי נתן גערעדט צו זיינע תלמידים איבער דאס גרויסקייט פון מקוה, אז אפילו א מענטשן האט זיך פארזינדיגט מיט די ביטערסטע עבירות, אויב וועט ער גיין אין מקוה וועט ער האבן א תקוה.
טייערע קינדערלעך, ווען מען גייט אין מקוה דארף מען זיך אויפפירן זייער איידל; אין מקוה רעדט מען נישט, און אין מקוה קוקט מען נישט אויף קיינעם, מען דרייט זיך אויס צו די וואנט, און אזוי טוט מען זיך אויס און אזוי טוט מען זיך אן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך הצלחה.