בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הנהגות פאר געזונטע קינדער
קינדער, מקוה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, דרייוון, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף די גוטע נייעס אז איר ווארט למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בנקל ובנחת.


ברסלב'ע פרויען זענען מקפיד נישט צו עסן אין די טעג רעטעך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס עסט רעטעך ווען זי ווארט וועט האבן א שווערע געבורט; אויך זענען ברסלב'ע פרויען מקפיד נישט צו עסן קיין רויע קנאבל און צוויבל ווען מען ווארט און ווען מען זייגט, ווייל דער רבי זאגט (שם אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים", פרויען וואס טראגן און זייגן זאלן נישט עסן נישט קיין קנאבל און נישט קיין צוויבל; אזוי ווי מיר געפונען (רש"י במדבר יא, ה) אז אין מדבר ווען דער אייבערשטער האט געגעבן צו עסן די הייליגע מן פון הימל, האט מען געקענט שפירן דערין אלע טעמים, וואס פאר א טעם מען האט געוואלט שפירן אינעם מן האט מען געקענט שפירן, אויסער די זאכן וואס שאדט פאר פרויען וואס טראגן און זייגן, צווישן זיי צוויבל און קנאבל.


אויך פירן זיך ברסלב'ע חסידים אין די טעג וואס מען ווארט א שמחה צו זאגן שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסעווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט. נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מיר זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


בנוגע מאכן לייסענס וכו'; אודאי זאלסטו מאכן לייסענס, אזוי וועסטו נישט זיין א נצרך לבריות.


זיי ווייטער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיכער זאלסטו מקפיד זיין צו גיין אין מקוה פאר דו שרייבסט ספרי תורה, תפילין ומזוזות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.