בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט שוין וכו', וועל איך אייך שרייבן אפאר הנהגות ווי זיך צו פירן אין די חדשים.
די ערשטע זאך – איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אייך; געוויינט אייך צו צו זאגן יעדן טאג תהילים, אז איר קענט זאגן דעם גאנצן 'יום תהילים' איז זייער גוט און אז איר קענט נישט זאגן דעם גאנצן יום זאלט איר זאגן אין א רייע וויפיל איר קענט און ביי יעדע קאפיטל זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אידיש אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך. מען מעג אויסרעדן אינמיטן תהילים צום אייבערשטן, מען מעג און עס איז גוט אריין צו פלעכטן אידישע ווערטער צום אייבערשטן אינמיטן די פסוקים.
אויך זאלט איר דערמאנען נעמען פון הייליגע צדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך זאגן נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; איז גוט ווען איר בעט דעם אייבערשטן זאל איר ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:
"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".
אין די טעג וואס מען ווארט עסט מען נישט קיין רויע קנאבל און צוויבל.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.