בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק.
איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין שבת אין שטעטל, עס איז א שיין פלאץ, א הערליך ווינקל; מען שפירט די אחדות צווישן אנשי שלומינו, מען שפירט דאס ליבשאפט, דאס ווארעמקייט - פון איינער צום צווייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קיינמאל נישט אוועק גיין פון רבי'ן, מיר זאלן בלייבן ביים רבי'ן; מען דארף אסאך רחמי שמים אז מען זאל בלייבן אין די ליכטיגע חבורה און נישט אנקומען צו לצים, צו טונקלקייט. אזוי ווי די הייליגע אמוראים האבן געבעטן (ברכות יז.): "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ", הייליגער באשעפער העלף מיר, "שֶׁתַּעֲמִידֵנוּ בְּקֶרֶן אוֹרָה", איך זאל טרעפן א ליכטיגער ווינקל, "וְאַל תַּעֲמִידֵנוּ בְּקֶרֶן חֲשֵׁכָה", איך זאל נישט אנקומען צו א טונקעלע פלאץ, א פלאץ פון לצים, א פלאץ פון נישט ערליכע מענטשן, "וְאַל יִדְוֶה לִבֵּנוּ", דאס הארץ זאל מיר נישט וויי טון, "וְאַל יַחְשְׁכוּ עֵינֵינוּ", און מיינע אויגן זאלן נישט פארטונקלט ווערן.
היינט נאכט וועט פארקומען די פרויען שיעור אין שטעטל; בעט איך דיר זייער זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן גוטע ווערטער, חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט, חיזוק צו קענען אנגיין מיט אויפציען די קינדער און חיזוק זי זאל וויסן ווי אזוי צו זיין א גוטע ווייב פאר דיר.
אז דו וועסט בלייבן אין שטוב, דו וועסט איר מחזק זיין צו קומען וועסטו אליינס מרויח זיין דערפון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.