בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - העלפן די געשוויסטער מיט זייערע קליינע קינדער
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך וויל אייך בעטן איר זאלט גיין העלפן אייער שוועגערין ... תחי' אין די טעג וואס די מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; די גרעסטע זכות פאר אייך פארן יום הדין - אז איר וועט טון חסד מיט אידישע מאמעס וואס קענען זיך נישט באפארען מיט די קליינע קינדער.


דער גרויסער צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו איז געווען אויפן וועג צו שול צו כל נדרי, האט ער געהערט א געוויין, ער איז נאכגעגאנגען דאס געוויין און געזען אן ארעמע פרוי אן אלמנה, מיט קליינע קינדער - האבן נישט קיין הייצונג, איז ער געגאנגען זארגן פאר זיי, און שפעטער האט ער געזאגט פאר די מתפללים אז דאס איז אין הימל חשוב'ער פון די גרעסטע מדריגות, מחי' זיין א איד איז אין הימל די חשוב'סטע זאך.


נאך אביסל וועט איר א כלה ווערן, חתונה האבן און זיין א מאמע, דעמאלט וועט איר פארשטיין דאס חשיבות פון העלפן יונגע ווייבלעך, אידישע מאמעס - מיט די קינדער.


אז איר האט צייט אדער צו זאגן תהלים אדער צו העלפן אייערע געשוויסטער - זאלט איר גיין העלפן אייערע געשוויסטער מיט די קליינע קינדער, און אז איר האט צייט אדער צו זאגן תהלים אדער צו שמועסן מיט פרענדס - דעמאלט זאלט איר נעמען דעם תהלים און בעטן פאר זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.