בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - העלפן דעם מאן זאל מצליח זיין אין לערנען, איז א גרויסע מצוה
כולל, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


העלפט אייער מאן אויפשטיין פרי, וועקט אים אויף; אזוי וועט ער קענען זיין אין כולל. ווען דער מאן בעט די ווייב הילף אויפצושטיין אין צייט - איז דאס נישט קיין שלעכטע זאך, דאס איז א גרויסע טובה פאר ביידע.


מיטן העלפן דעם מאן אין עבודת השם - ווערט מען נישט א משגיח אדער א פאליס לעדי - ווי איר רופט עס, העלפן דעם מאן זאל מצליח זיין אין לערנען - דאס איז א גרויסע מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) אין די שכר וואס די פרויען העלפן דעם מאן גיין לערנען און ווארטן אפ דעם מאן ווען ער קומט אהיים פון לערנען - דאס איז די שכר, די גן עדן פאר זיי; שרייען אויפ'ן מאן, אראפקוקן דעם מאן ווען ער איז נאכנישט אויסגעארבעט - דאס איז נישט גוט.


וועקט אויף אייער מאן אינדערפרי, העלפט אים קומען אין כולל אין צייט, דאס וועט אים פרייליך מאכן. ווייל ווען מען שטייט אויף פרי, מען דאווענט פרי, מען איז צייטליך אין כולל - איז מען אין א גוטע גוסטע, און פארקערט, ווען מען שטייט אויף שפעט, מען קומט שפעט - איז מען צעבראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.